Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

כ'וויל זאגן, כהא'מורא... אבער מ'מוז מוזמען! 311 איז מסירה!

דאנערשטאג יוני 23, 2011 11:14 pm

ברשות כל הקהל, חשובע פארזאמעלטע, ליינערס און שרייבערס פון אלע עקן, מורי ורבותי!

איידער כ'הייב אן וויל איך מאכן א הקדמה. ליהוי ידוע אז כ'האב מיר נישט פארגעקוקט. דעריבער, אויב ס'דוכט זיך אייך אז די דרשה וואלט געמעגט זיין בעסער און שענער, זאלט איר וויסן אז ס'איז טאקע אזוי. ס'וואלט ווען געקענט זיין שענער און בעסער, העט כ'ווען געהאט צוויי ברירות.

אבער, וויבאלד מ'האלט שוין דא, על'עך אנהייבן.

כ'בעט ס'זאל זיין שטיל. נישט אריינהאקען און נישט אריינפרעגען. לאזט מיר קומען צום ווארט.

Advertisement

פרייטאג יוני 24, 2011 12:02 am

שוין געהאט א דרייפערטל שעה זיך פארצוקוקן, לאמיר שוין הערן וואס האט אייך אזוי אויפגעברויזט,
איך זאג אייך די עולם איז גרייט מיט אנגעשפיצטע אויערן, די הענט אויפ'ן מייז און די פינגער איז גרייט צו קליקן,
איר זענט מכובד בשם כל הקהל הקודש צו אנפאנגען אייער שיעור.

פרייטאג יוני 24, 2011 3:12 am

ווי בין איך דא????....
ביסט א מבין?
זאג נאר דו ביסט אין פארברענגען דא?
וואס מאכסטו משוגע מענטשן מיט א שרייעדיגע קעפל?

איך מיין עס זייער ערנסט, אזא אשכול פארדינט מ'זאל דעם פותח קנס'נען,

פרייטאג יוני 24, 2011 10:45 am

שאץ;

עס ווענדט זיך אסאך ווער דער פותח האשכול איז.

קרעפלקאפ האט זיך קונה שם געווען אין די געציילטע וואכן זינט זיין אריינקום אלס א סאלידער געשמאקער שרייבער און רעאגירער, אלזא געב דעם איד א שאנס צו קומען צום ווארט

איך שטעל דעם איד אויף חזקת כשרות, איך מיין ער קען זיך אויס מיט די געגענטער דאהי

אויב מען הערט נישט פון אים אין א וויילע, וועט עס גיין צו פארברענגן

פרייטאג יוני 24, 2011 11:58 am

ובכן, וועלן מיר נאכברענגען א שטיקל טהור עינים אין פרשת קרח, אלס קורצע הקדמה
די היימישע גרעניצן זענען שוין היפש פארטושט געווארן במשך די פארגאנגענע צוויי דריי צענדליג יארן. עס איז פארפאלן, דער רמב"ם פסק'נט אז דער מענטש ווערט נאכגעשלעפט נאך זיין סביבה, דאס איז א הלכה נישט קיין סברה.

מ'קען אויף דעם אויבנדערמאנטן פתגם חולק זיין, און מ'קען האלטן עטוואס אנדערש. אבער אין א געוויסן אופן ליגט דערין אַן אמת. ווי ער ברענגט ארויס אין זיינע זכרונות אז
יא, איך געדענק נאך ווען א אינגערמאן האט שפאצירט אויפן גאס מיט א שטריימל און א באפיצט בערדל האט עס געהויבן ברעמען און שטערענס. היינט אבער, איז דאס א נארמאלע ערשיינונג. א שטריימעל איז געווארן א סטייל ווי סיי וועלכע אנדערע זאך. און שטריימל אידן, וועלכע קומען פון גאר היימישע שטובער זענען שוין לאנג געווארן אויס היימיש, כאטש זיי קוקן נאך אויס אזוי, און צו זיי דארף מען רעדן מיט די זעלבע שפראך וואס מען רעדט צו נישט היימישע אידן אן בערד און שטריימלעך.


אלזא, איז טאקע דער מצב אזוי מטושטש?!

מ'האט שוין פיל טינט פארגאסן, אויסצוהאמערן און קלאר צו שטעלן, דעם בא וראה מה בין דורות הראשונים לדורות האחרונים. ולענינינו, הדעת נוטה אנצונעמען דעם מהלך פון א גדול וועלכער האט געזאגט ביי א גראנדיעזער סיום הש"ס אין אמעריקא, אז ער האט געזעהן תורה בבנינה פאר די ערשטע וועלט-מלחמה, תורה בחורבנה צווישן די צוויי מלחמות, און אצינד איז ער זוכה צו זעהן ווי ס'ווערט ווידער תורה בבנינה.

אין אנדערע ווערטער: עס איז אכשר דרא.

אצינד, איידער מ'גייט ווייטער, פארגעסן צו דערמאנען, אז לפי תקנות המקום איז נישט פאסיג ארויסצוברענגען בייזע געפילן ביים ציבור. מ'מעג און מ'קען זאגען א מילתא דמתקבל אהן צו דערמאנען די חלקים וואס זענען גורם ס'זאל זיין א דבר שלא נשמע. דאס איז אויך דער סיבה פארוואס מיר געפונען טייל מאל אז זאכן ווערן דערמאנט בשם "א גדול", ווייל דער מכוון איז דער תוכן הדברים, און נישט דער שם אומרו. יא, שוין געווען אזעלכע וואס האבן גארנישט געוואלט מקבל זיין, פון איינעם וואס טראגט נישט דעם זעלבן הוט מיט וועלכער משיח וועט גיין.

ולולא דמיסתפינא, כ'וויל זאגען, אבער האב מורא... מ'האט שוין פריער גערעדט דערפון: כ'בעט ס'זאל זיין שטיל. נישט אריינהאקען און נישט אריינפרעגען.

אבער מיר האלטן דאך ב"ה בימות המשיח, לא רעב ללחם ולא עיף לשינה, אפילו צווישן 1:02 און 4:12 פארטאגס לעכצן אידן צו הערן, מ'האט קיין געדולד צו ווארטן ביז ענדע דרשה, איז דעריבער: איר מעגט אריינהאקען, איר מעגט אריינפרעגען, אבער לאזט מיר [אויך] קומען צום ווארט.

פרייטאג יוני 24, 2011 3:30 pm

ר' קרעפלקאפ;

ענטפערט ביטע א קליינע פראגעלע: באלאנגט דער אשכול אין "ולאחיו יאמר חזק"? גייען אידן קענען ארויסנעמען פון דא עצה אדער הילף פארן לעבן?

זונטאג יוני 26, 2011 12:12 pm

קרעמער האט געשריבן:באלאנגט דער אשכול אין "ולאחיו יאמר חזק"? גייען אידן קענען ארויסנעמען פון דא עצה אדער הילף פארן לעבן?

אויפן ערשטן פראגע קען איך נישט ענטפערן. עס געפונען זיך אין דעם אפטיילונג פראקטישע ענינים כגון פסח'דיג מאכן דעם סעלפאן און "פיילן טעקסעס" - לאידך גיסא געפונט זיך דא אויך איבער פארלעשן סעלפאנ'ס ביים דאווענען און דמו הנה נדרש.

בנוגע צו אידן וועלן ארויסנעמען פון דא הילף פארן מהלך החיים - האפענטליך אז יא

זונטאג יוני 26, 2011 2:28 pm

דער ענין פון אכשר דרא איז שייך אויך אין אנדערע הינזיכטן. בדורינו האבן אידן זיך באמת אויסגעלערנט א טובה טון פאר א צווייטן. שבת-פעקלעך און חברה הצלה, חברים און וואס נישט? - עולם חסד יבנה.

אז ס'וואלט זיך געשטעלט די פראגע וואו האלט עס מיטן עבודת התפלה, וואלט מען געדארפט דערמאנען בלויז איין ענין וואס שפילט זיך אפ אין אונזער תקופה, און געקומען צום החלטה אז ס'איז אכשר דרא.

אלע האבן געהערט פון פרשת רובאשקין. א איד איז פארפאלגט געווארן דורך די רעגירונג, און דאס אידישער אידנטום האט זיך פאראייניגט.

צו העלפן דעם איד, האבן זיך ארויסגעשטעלט סיי חסידי ליובאוויטש (המצפים לביאת המשיח, והמחכים להתגלותו), אינאיינעם מיט חסידי סאטמאר (די אמת'ע, די ריכטיגע, און די ארגינעלע), און אלעס אינדערמיט. ביי די אסיפות לטובתו איז אויפגעטרעטן איינער וואס איז מוציא לאור א ליטווישן צייטונג, וואו עס ווערן געברענגט זאכן וואס זענען ווייט ווייט פון השקפת סאטמאר אדער ליובאוויטש. פאראייניגט האבן זיך אלע, צו געבן צדקה און מתפלל זיין לטובתו.

און פון הימל האט מען ארויסגעקוקט, דוכט זיך, אויף די תפלות פון אידישע קינדער. ס'געווען געפלאנט אן עצרת די נאכט איידער ס'האט געדארפט ארויסקומען דער אורטייל, און אין א אויסערגעווענליכן שריט איז שוין א טאג פריער געמאלדן געווארן די הארבע אורטייל וואס מ'וועט אפיציעל געבן למחרתו. א שוידער איז אדורך די ביינער, אבער פארלוירן האט מען זיך נישט. אידן האבן זיך מתאחד געווען בתפלה: ויצעקו בני ישרא' אל ה'. לערך א יאר שפעטער האט מען נאכגעפאלגט מיט שפאנונג די פראצעדורן אין אפעלאט געריכט, און געציילטע טעג פריער איז באקאנט געווארן אז אין א אויסערגעווענליכן טעכנישן אקט וועט דער קטיגור האבן א אויבערהאנט ח"ו. דאס האט אויפגעוועקט דעם ציבור זיך צו ווענדן צום שופט כל הארץ, און כלל ישרא' האט זיך מתאמץ געווען בתפלה לטובתו.

    מאנכע וואלטן געקענט פרעגען, וויפיל איז דען ווערד תפלה וואס איז נישט בשלימות הכוונה. אבער פארפאלן, דאס איז דער מצב הדור, ואין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו. (ווען ס'וואלט געווען מער צייט, און דער ציבור וואלט נישט געהויבן מיט די פלייצעס, וואלט מען געקענט מרחיב זיין את הדיבור. ס'קומט אויפן מחשבה דאס ווארט וואס א גדול האט געטייטש [פארגעסן דעם נאמען, איר מעגט אריינפולן] אתה הבדלת אנוש מראש, מ'האט ליידער מבדיל געווען דעם מענטש, אנוש, פונעם קעפל זיינעם (מראש), איז וואספארא טענות קען מען שוין האבן אויף זיינע תפלות וואס זענען טיילווייז מן השפה ולחוץ. אזוי אויך איז באקאנט ווי דער תפארת שלמה האט אפגעשטעלט א מגיפה מיטן מסביר זיין דעם ויעמוד בין המתים ובין החיים, אהרן הכהן האט געטענה'ט אז השי"ת האט מער נוצן פון די לעבעדיגע וואס וואונטשן זיך לחיים און דאווענען און לויבן צו אים ית"ש, מער ווי די צדיקים וואס זיצן שוין אין גן עדן, וזהו הכוונה ויעמוד, אין עמידה אלא תפלה, והמגפה נעצרה).

אלזא געפונען מיר זיך אין א דור וואס גרייט זיך מקבל צו זיין משיח צדקינו, באופן שכולו זכאי. מ'ווערט בעסער פון טאג צו טאג, מ'שטארקט זיך איבער די פארשטארקטע נסיונות, מיט אדער אהן שטריימלעך און בערד. און פארט איז וויכטיג צו באטאנען עפעס וואס אוי לי אם אומר, אוי לי אם לא אומר. מ'וויל נישט קיינעם וויי טון, אבער מ'מוז זאגען.

מראי מקומות:
אַה אַה האַאפטשָו!!!...;
תלמוד בבלי מסכת ראש השנה;

זונטאג יוני 26, 2011 6:14 pm

לדור ודור נגיד גדלך, ולנצח נצחים קדושתך נקדיש...

האט א גדול מסביר געווען: שוין געזעהן אמאל א זאמד זייגער? ווען די אויבערשטע חלק ווערט ליידיג, איז די צייט פאראיבער. די צייט ווערט באשטימט, לויט וויפיל זאמד עס קען אריינגיין אין די כלי, און ווי ברייט אדער שמאל דער דורכגאנג איז.

אויב מ'וועט נעמען אלע זאמד וואס געפונט זיך אויף דער וועלט, און מ'וועט עס אריינשטעלן אין א זאמד זייגער וואס ארבעט נישט אזוי שנעל... עס לאזט אדורך איין שטיקל, איינמאל אין א ביליאן יאר (ביליאן כמו ב'ביליאנער)... און מ'וועט ווארטן און ווארטן און ווארטן, ביז ס'לאזט זיך אויס די צייט... וועט מען דאן האלטן נאך פאר די אנפאנג פון נצח.

(לסבר את האוזן: לאמיר זיך פארשטעלן אז איינער ווערט ח"ו פאראורטיילט צו א לייכטע עונש, ער זאל ארויסלאזן איין אה-אה-האפטשו און ס'זאל דויערן לנצח, וועט דער גרויסער זאמד זייגער זיך אויסלאזן נאך איידער ער וועט האלטן ביים ערשטן אה-אה פונעם אה-אה-האפטשו...)

ס'לוינט זיך איבערצוטראכטן.

אה-אה-האפטשו לנצח.

:cry:

אז מ'מוז, זאגט מען: חכמינו ז"ל זאגן אין תלמוד בבלי ראש השנה דף יז עמוד א': "המינין (כגון צדוקים ובייתוסים, רש"י) והמסורות (מלשינים שמוסרים ממון ישרא') {והמשומדים} והאפיקורסים (מבזה תלמידי חכמים), און נאך א רייע אינשי דלא מעלי, יורדין לגיהנם ונידונין בה לדורי דורות". מיר זענען היימישע שטריימל אידן, אזוי ווערט אויך געפסקנ'ט אין אונזער שולחן ערוך.

ווען איר באגעגנט דעם בעל-דבר פון ערכאות, זאלט איר אים ניטאמאל אויסהערן. די אויסזיכטן צו געווינען דעם געריכט קעגען א איד זענען מעגליך פארהאן, אבער מ'האנדעלט פון באקומען דערפאר דעם אורטייל פון "זיצן", אינדרויסן, לנצח.

פארוואס פונקט ערכאות? איז שוין דער הייליגער בני יששכר מסביר. (ווער ס'קען זאל עס ביטע צוברענגען. וכמדומה, ס'קען האבן שייכות מיטן חתם סופר פון בנים למקום ואכמ"ל)

בחורהזעצער האט געשריבן:לאמיר שוין הערן וואס האט אייך אזוי אויפגעברויזט

מ'האט געשמועסט פון א ענין אין דעם נושא, און צוויי גאנץ פיינע פערזענליכקייטן, פון צוויי גאר באזונדערע קרייזן (טרינקן נישט משקה י"ט כסלו דייקא אדער צדקה כ"א), האבן "געהויבן ברעמען און שטערענס" און געפרעגט מיט תמימות מ'טאר נישט רופן 311 ?!

פון וועלכע פרטיות'דיגע ענין האט מען גערעדט? ס'איז נישט נוגע. ס'האט נישט מיט אייך, אדער אייער קאלעגע. מעגליך אז יענער האט באקומען א היתר פון א היימישן פוסק, אדער האט ער עס געטון אומוויסנד און אונטער גרויס פיין, ואין אדם נתפס על צערו. מ'האט נישט אים געמיינט, ער וועט האפענטליך זיך געפונען אין די קבוצה פון היימישע אידן.

אבער ווען איר הערט ווי איינער קלערט און איז דן צו ער זאל יא אדער נישט זיך ווענדן לערכאות (אדער רופן 311 און אריינגעבן א אנקלאגע אדער קאמפלעינט) קעגען א איד, זאלט איר הייבן די ברעהמען און אויפמאכן א מויל. ביטע אים דערמאנען וואס "ער" דאווענט: ולמלשינים אל תהי תקוה.

און אויב וועט ער אייך ח"ו נישט הארכן, וועט אים נישט העלפן די בארד, און עס וועט אים נישט העלפן די שטריימל.

איך מיין עס זייער ערנסט, א מסור פארדינט מ'זאל אים קנס'נען. לעולם ועד.


אה-אה-האפטשו, לנצח.

אדער "טייפן אויף א קיבאורד וואס האט זיך אויסגעפלאגט פונעם קאמפיוטער" - לנצח.

מ'וועט מסיים זיין. די תוה"ק זאגט אונז אהן הוכח תוכיח את עמיתך, ולא תשא עליו חטא. וויאזוי ווייסט א איד צו דאס וואס ער טוט איז עולה לרצון, זאגן ספה"ק ער זאל קוקען אויף דעם וואס קומט ארויס פון דעם (וזהו כוונת "ויך לב דוד אותו"). אלזא, דער נושא האט געמוזט ארויפגעברענגט ווערן, הוכח תוכיח, אבער כ'האב מורא, לא תשא עליו חטא.

איז דעריבער איידער איר ווילט דרוקען דעם קנעפל אפצוענטפערן, ארויסצוגעבן וואס עס דרוקט אייך, לוינט זיך איבערצוחזר'ן אז די גמרא ווארענט: די מלשינים און המבזה תלמידי חכמים, און נאך געוויסע בר-מינן'ס, וועלן זיך געפונען אינעם זעלבן קבוצה אויף שטענדיג. דעבאטירן? יא. אבער קאמענטירט ביטע נישט מיט נעמען פון מענטשן אדער גרופעס, לא במישרין ולא בעקיפין.

עס איז אכשר דרא. בתורה, עבודה ובגמילות חסדים. וועלן די רייד דערהערט ווערן? האפענטליך יא. און אויב נישט גענצליך, איז דער הייליגער ישמח משה מסביר (וישב) אז אויף דעם האט שוין זכרי' הנביא געזאגט וצרפתים כצרוף את הכסף, השי"ת וועט אויסלייטערן אידן לפני הגאולה, ובהשגחה פרטית וועלן די פושעים וואס זענען מעכב די גאולה צוקומען צו מסירה, כדי זיי זאלן ווערן אויס אידן, און כלל ישרא' וועט זיין כולו זכאי. הרחמן יזכינו לזה במהרה.

לחיים ברודער, בזה ובבא!

זונטאג יוני 26, 2011 8:20 pm

אה! פון דעם רעדסטו, ווייל איך כאפ נישט פונקטליך און אפי' בערך וואס דו ווילסט
נאר אז קרעמער זאגט אז דו רעדסט געווענליך צום זאך וועל איך אים גלייבן און תולה זיין די פראבלעם אין מיר

זונטאג יוני 26, 2011 8:31 pm

ג"א מצטרף לדברי ים רויבער

זונטאג יוני 26, 2011 10:40 pm

ער האט מן הסתם געהאט א שווערע ערפארונג מיט איינעם, און ער האפט אז יענער ליינט אייוועלט
שרייב א תגובה

Advertisement