Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פיש לכבוד שבת קודש

דאנערשטאג יוני 23, 2011 8:24 am

לעצטענס האב איך באמערקט אז מיין פיש סוחר רעכנט מיר $8.99 פער פונט, פאר בעיבי סעלמאן פיש, און ער טענה'ט אז יעדער רעכנט אזוי.

אשר על כן וואלט איך געוואלט וויסן אם אמת נכון הדבר, איז ביי אייך אויך אזא טייערע פרייז $8.99 פער פונט פאר סעלמאן פיש?

Advertisement

דאנערשטאג יוני 23, 2011 8:25 am

און אז מען רעדט שוין, ס'איז דא געוויסע פיש סוחרים וואס רעכענען א דאלער אדער $0.99 פאר סקין (הויט), אבער לעומת זה איז דא אסאך וואס רעכענען נישט, וויאזוי איז ביי אייך?

דאנערשטאג יוני 23, 2011 10:34 am

איהר דארפט שרייבן מער פונקטליכער, צב"ש - אויס-געביינערטע פיש אדער נישט.

- - -

פאר הויט זענען דא געציילטע וואס גיבן נאך גענצליך אום-זינסט, א טייל רעכענען נאר 50 פיאסטער.

דאנערשטאג יוני 23, 2011 10:36 am

די רעדע איז פון רעגולע (געביינערטע) בעבי סעלמאן.

דאנערשטאג יוני 23, 2011 10:41 am

הוצאת שבת ויו"ט, ווער קוקט אויפן ביל?..

דאנערשטאג יוני 23, 2011 10:54 am

דער וואס קוקט אויפן ביל ביי שכר לימוד...

דאנערשטאג יוני 23, 2011 11:47 am

איינער האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אז אמאל האט מען געגעבן הויט אומזיסט אבער וויאזוי עס האט אויסגעקיקט די געגעבאכץ וויל איך נישט זאגן אריינגעטראסקעט און די בעג פון די פיש אפאר בלוטיגע שטיקלעך הויט אז סאיז נישט ווערט געווען קיין 10 סענט

היינט ווען די פיש סטארס בעטן 99 סענטס איז פשוט פאר די סערוויס זויבער אפגעוואשן אין א נעץ די זעלבע מאס יעדע וואך

דאנערשטאג יוני 23, 2011 12:30 pm

אנטשולדיגט חברים, די פרייז פון די פיש אינטערעסירט מיר נישט צופיל, ערשטנס ווי קרעמער האט ערווענט, צווייטענס קומט דעם אינגערמאן דען נישט די פאר גרייצער פארן מיר דעליווערן ביזן טיר א יעדע וואך פונקטליך דאס זעקל מיט פיש?

אויף וואס איך קוק יא איז קוואליטעט און סערוויס, קאכנדיג אליינס די פיש לכבוד שבת ערווארט איך פרישע זויבערע און בכבוד'יגע סלייסעס לכבוד דעם לעכטיגן הייליגן שבת און ווען איך קריג עס וועכנטליך איז עס ווערט יעדעס גראשן.

דאנערשטאג יוני 23, 2011 2:21 pm

קען מיר איינער זאגען א גוטע וועג צו קאכען פיש עס זאל נישט אנשמעקן די גאנצע פלאץ - לכתחילה אין א disposable pan

דאנערשטאג יוני 23, 2011 3:06 pm

געפרעגט א פיש סוחר און ער זאגט אז די האלסעיל פרייז פון פיש איז שטארק ארויף. אין די לעצטע שטיק צייט און דערפאר איז די ריטעיל פרייז אויך ארויף

דאנערשטאג יוני 23, 2011 3:38 pm

מר סנעקס, צינדט אן די עקזאסט פען.

פרייטאג יוני 24, 2011 12:37 pm

בשמים האט געשריבן:און אז מען רעדט שוין, ס'איז דא געוויסע פיש סוחרים וואס רעכענען א דאלער אדער $0.99 פאר סקין (הויט), אבער לעומת זה איז דא אסאך וואס רעכענען נישט, וויאזוי איז ביי אייך?



מיינער רעכענט נישט ,אבער די וואס רעכענען איין דאלער זענען הינדערט פראצענט בארעכטיגט ,ווייל פיטצען איז יענע ארבייט
snax האט געשריבן:קען מיר איינער זאגען א גוטע וועג צו קאכען פיש עס זאל נישט אנשמעקן די גאנצע פלאץ - לכתחילה אין א disposable pan


אויב די פיש איז פריש היינט געסלייסד אין זויבער דארף עס בכלל נישט שמעקן
שרייב א תגובה

Advertisement