עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מיטוואך יוני 22, 2011 10:02 am
איך ווייס נישט צו ס'קומט פאר דעם א עקסטערע אשכול, אבער ווי עס צו שרייבן האב איך נישט געהאט האב איך גענומען א נייע פעיפער
ס'איז 5:30 פארטאגס דער זייגער קלינגט, פון בעט מען שפרינגט, מען טוט זיך אן געשווינד, צו די זייט געט מען א וויג דאס פיצל קינד, אין קאך מען גייט ארויס, איידער מען פארלאזט דאס הויז, א פיינע ווארעמע קאווע מען טוט אנגרייטן, מען נעמט הייס וואסער און די פארע טוט זיך צושפרייטן
אבער פלוצלינג אויפן וועג צום פרידזשערעטער צו נעמען די מילך, קראך!
דאס גלעזל איז צושפאלטן אויף העלפט!!!!!!!
דאס גאנצע ברוינע געמויזעכסטס גיסט זיך, האלב אויף די הויזן האלב אויף די פריש אויפגעוואשענע פלאר, און האלב אויף די קאנטער
רבותי, דאס איז נישט די ערשטע מאל וואס ס'פאסירט ביי מיר, און איך וויל וויסן צו האט דאס שוין ביי אייך פאסירט אמאל, אז דער גלעזל קאווע זאל זיך פשוט און פראסט שפאלטן, קומט דאס פון די היץ צו פון וואס?
Advertisement
מיטוואך יוני 22, 2011 10:07 am
יא ס'איז דא אזא מציאות.
הגם ס'האט נאך נישט פאסירט ביי מיר, אבער איך האב שוין געהערט פון אנדערע.
מיטוואך יוני 22, 2011 10:10 am
מי יודע האט געשריבן:
דאס גאנצע ברוינע געמויזעכסטס גיסט זיך, האלב אויף די הויזן האלב אויף די פריש אויפגעוואשענע פלאר, און האלב אויף די קאנטער
אוודאי, אויב מען לייגט אריין איינס און א האלב פון די ברוינע געמויזעכטס ווען עס גייט נאר אריין איינס איז אליינס פארשטענדליך עס זאל זיך גיסן, די גלאז דארף נישט שפאלטן פאר דעם
מיטוואך יוני 22, 2011 10:12 am
יא, ס'איז א נארמאלע זאך ביי א גלאז וואס ווערט פלוצים הייס אז עס זאל זיך צושפאלטן, אבער עס איז אינטרעסאנט אז ביי א גלעזל קאווע זאל דאס געשען, פראביר אונטער לייגן אינטערן גלעזל א אייזן.
מיטוואך יוני 22, 2011 10:43 am
וואס העלפט די אייזן?
און ביי מיר האט דאס געווענליך פאסירט בשעת'ן האלטן די הענט טראגנדיג פונעם פערקילעטאר צום פרידזשערעטער
סאו ווי לייג איך א אייזן
מיטוואך יוני 22, 2011 3:41 pm
נאכנישט געהאט אזא זאך, גוט צו וויסן אז דאס קען פאסירן, וועל מיר אבאכט געבן א צווייטע מאל אי"ה
מיטוואך יוני 22, 2011 4:33 pm
אייזן ציט די היץ צו זיך
א גרינגערע עצה לייג אריין א אייזערנע לעפל אינעם גלאז
מיטוואך יוני 22, 2011 4:36 pm
כ'בין שוין זייער דערשראקן,
מען וועט נוצן האט קאפס, איי די געשמאק פון די הענטל פון די גלאז????
מיטוואך יוני 22, 2011 4:40 pm
ים רויבער האט געשריבן:אייזן ציט די היץ צו זיך
א גרינגערע עצה לייג אריין א אייזערנע לעפל אינעם גלאז
די עצה איז שוין באקאנט פאר טויזענטער יארען,יא לייג אריין א לעפעל פאר דו גיסט די וואסער
מיטוואך יוני 22, 2011 7:25 pm
איך האב דאס שוין כמה פעמים געהאט, איך מיין אז דאס קומט ווען עס געט זיך א שנעלע טשענדז פון קאלט צי בריעדיג געשעהט דאס (אזוי ווי די נאז ביי די וועטער וד"ל).
פראביר צו מאכן די קאפ ווארים פארדעם.
דינסטאג יולי 12, 2011 5:16 pm
איך האב שוין כמה פעמים געוואלט שרייבן דערוועגן איך קויף נאר די גלאזנע סעלטצער און סהאט זיך שוין געמאכט אסאך מאל (יא אסאך) אז ווען איך נעם ארויס די באטעל פונעס באקס טרעף איך עס ליידיג און די אינטערשטע שטיקל איז אפגעבראכן (איך האב אפילו אוועק געלייגט אפאר שטיק)
וואס איז פשט?
דינסטאג יולי 12, 2011 9:13 pm
jkup50 האט געשריבן:איך האב שוין כמה פעמים געוואלט שרייבן דערוועגן איך קויף נאר די גלאזנע סעלטצער און סהאט זיך שוין געמאכט אסאך מאל (יא אסאך) אז ווען איך נעם ארויס די באטעל פונעס באקס טרעף איך עס ליידיג און די אינטערשטע שטיקל איז אפגעבראכן (איך האב אפילו אוועק געלייגט אפאר שטיק)
וואס איז פשט?
א בילד?
דינסטאג יולי 12, 2011 9:52 pm
יא מי יודע, מיר האבן דאס אויך געהאט איינמאהל, נאר בשינוי קצת
ס'ניש געווען א קאווע נאר א טיי
ס'ניש געווען האלב זעקסע פארטאגס נאר שפעט ביינאכט
גלייך ווען כ'האב געענדיגט ארייגיסן, נאך אינטערן פורקילעיטאר האט זיך עס צוסלייסט אין צווייען
כ'האב געהאט צוויי פון די זעלבע מין גלאז, כ'האב תיכף אוועקגעווארפען ביידע פון זיי
דינסטאג יולי 12, 2011 10:10 pm
שאלת_חכם האט געשריבן:jkup50 האט געשריבן:איך האב שוין כמה פעמים געוואלט שרייבן דערוועגן איך קויף נאר די גלאזנע סעלטצער און סהאט זיך שוין געמאכט אסאך מאל (יא אסאך) אז ווען איך נעם ארויס די באטעל פונעס באקס טרעף איך עס ליידיג און די אינטערשטע שטיקל איז אפגעבראכן (איך האב אפילו אוועק געלייגט אפאר שטיק)
וואס איז פשט?
א בילד?
איך וועל נישט זיין אינדערהיים די קומענדיגע וואכן בל"נ איך וועל ארויף לייגן ווען איך קום אהיים