Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג יוני 20, 2011 2:16 pm

פאקטיש האט געשריבן:די אלע וואס זענען נישט אויף א סעט וועידזש דארפן ראנען אן עווערעדזש פון די לעצטע האלבע יאר אינקאם, טאמער האסט נישט קיין חשבון פארלאנג עס פון די ביזנעס בוקקיפער, די לעצטע האלבע יאר איז דיין אינקאם, אנלעס אז ס'איז געווען אן אויסטערליש ספעציפישע סיבה פארוואס ס'איז געווען אזוי סאך/ווייניג.



ריכטיג

וויכטיג מאכער האט געשריבן:שאץ האט זייער גוט ארויסגעברענגט די פוינט, און איך פיהר מיך כעין זה, אבער אביסל אנדערש.

מיין ווייב ווייסט נישט פון קיין בילס, זי צאלט גארנישט! ווען זי וויל איינקויפן זאגט זי מיר וואס זי וויל, און בערך וויפיל געלט זי דארף דערפאר און אזויפיהל באקומצע, פלאס זי מוז אייביג האבן אויף זיך עפעס געלט, אפילו 5 דאלער, אבער ס'גוט אביסל מער, אז ווען זי גייט דורך א סטאר און זי דארף א באטל וואסער, צו א פיצא זאל זי קענען קויפן.

פארשטייצעך זי דארף וויסן אין וועכע מצב דער מאן אירע געפינצעך כהיום, כדי זי זאל קענען מאכן א דעסיזשן אויף א זאך וואס ס'איז נישט אזוי וויכטיג צו זי זאל עס קויפן צו נישט.


כן נוהג אונגארישער

Advertisement

זונטאג יוני 26, 2011 8:56 am

איך האב אמאל געליינט. אז הגאון ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ''ל האט אמאל געזאגט פאר א יונגערמאן נאכן חתונה, איינע פין זיינע תלמידים. איך וועל דיר געבן הדרכה אויף שלום בית.
רש''ז פרעגט דעם יונגערמאן: וואס וועסטו טוהן ווען דיין בני בית וועט דיר זאגן אז זי דארף א נייע קלייד, אין דו גייסט צום קליידער שאפע, די שאפע איז פיל פיל מיט קליידער, מקען גארנישט אריין לייגן.
זאגט דער יונגערמאן: איך וועל איר פרעגן, פארוואס דארפסטו האבן אזויפיל קליידער?
האט רש''ז געזאגט דעם יונגערמאן: איך וואלט געזגט פונקט פארקערט, אויב די ב''ב בעט א קלייד, דארפסטו זאגן- א וודאי נישט איין קלייד, נאר צוויי. אין אויב די וועסט איר ווייזן אז די וויסט אז פאר איר זאל זיין גוט, וועט זי אליינס פרעגן אין זיך אינטרעסירן צו די האסט יעצט געלט וכדו'.

זונטאג יוני 26, 2011 5:23 pm

בשייכות צו דעם, האט מיר א שוועסטער אמאל געזאגט אז פונקט ווי א פרוי איז נישט מסוגל צו פארשטיין פארוואס קויפט ער יעדע שטיק צייט א פרישע ספר, האסט שוין געענדיגט די
אלטע? איז די סעים זאך פארשטייען נישט די מענער דאס ענין פון טויזענט שיך און קליידער.
צוריק צו די נושא.....

זונטאג יוני 26, 2011 10:04 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:דער עולם ענפערט נישט קיין פראקטישע עיצות פאר דעם בשמים, מ'רעדט נאר ארום און ארום,
די פראקטישסטע עצה איז, זאלסט קלאר אדורך גיין דעם בודשעט מיט די פרוי, ווייזן קלאר וואס זענען די הכנסות, דאס און דאס פארדין איך, און דאס זענען די וועכנטליכע הוצאות, וואס איז א הכרח א שטייגער ווי טעלעפאן, לעקטער, געז, גראסערי, שכ"ל, ועל צבאם רענט אדער מארגעדש, און ווייזן קלאר וואס ס'בלייבט איבער, זאל זי קלאר זעהן עין בעין צו ס'איז טאקע דא געלט פאר אירע אויסגאבן,

ממנ"פ איז דא גענוג געלט איז דאך נישט קיין פראבלעם, זאל זי באקומען וואס זי דארף, איז נישטא קיין געלט וועט זי דאך קלאר זעהן אז איצט איז נישטא, מ'דארף מאכן דעם חשבון וואס איז יא וויכטיג און וואס נישט, די פראגע איז נאר ווען ס'איז דא קארג דעמאטץ מוז דער מאן מיט די פרוי צוזאמען אפמאכן אויף יעדע זאך צו ס'איז וויכטיג צו נישט, פארשטייט זיך אז ס'דארף זיין אויך א לאנג טערמין חשבון אויך, דהיינו אויב אויף למשל סוכות וויל זי זיך אויסשטאפירן מיט מער זאכן דארף מען מער שפארן פון פריער אזוי זאל זיך אנזאמלען א גרעסערע סכום אויף שפעטער,

אבער דאס איז הכל מודים אז די בעסטע און גראדסטע וועג איז איר משתף זיין אין די חשבונות, זאל זי וויסן וואס און ווען ס'איז דא פאר איר געלט,

הדא הוא דכתיב: יצר אשה ותינוק איז שמאל דוחה וימין מקרבת.
שרייב א תגובה

Advertisement