בלאט 1 פון 1

וועב סייט פאר חרוזים

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 15, 2011 2:19 pm
דורך אויפריכטיג
איך ווייס נישט וואו עס צו לייגן. א וועבסייט וואס שפייט ארויס א גראם פאר יעדע ווארט וואס מען שרייבט אריין.
http://www.harozi.com/

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 15, 2011 9:02 pm
דורך משה פאלאפל
טענקס. קען צוניץ קומען מפעם לפעם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 16, 2011 12:16 pm
דורך יגעתי ומצאתי
א שיינעם דאנק.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 16, 2011 12:27 pm
דורך בשמים
איך נוץ עס שוין לאנג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 16, 2011 12:35 pm
דורך יהיה כן
משה פאלאפל האט געשריבן:טענקס. קען צוניץ קומען מפעם לפעם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 16, 2011 12:54 pm
דורך שאץ מאץ
באלאנגט אינעם אשכול איך זוך א גראם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 16, 2011 10:52 pm
דורך ווינקל
גיבט נאר לשון קודש'דיגע ווערטער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 16, 2011 10:53 pm
דורך צים פינטעל
א גיטע זאך
סדא אויף ענגליש אויך אזאנס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 16, 2011 11:06 pm
דורך אויפריכטיג
ווינקל האט געשריבן:גיבט נאר לשון קודש'דיגע ווערטער

וואס האסטו געמיינט אז עס איז אידיש אויך?

ווען מען זאל ווען קענען שרייבן בלויז גאנצע ווערטער אויף א פשוט'ע קאמפיוטער, וואלסטו אויך נאר געקענט שרייבן לשון קודש (ליין: העברעאיש). אונז האמער מזל אז מען באנוצט זיך אין די מדינה מיט די א' ב' בוכשטאבן...

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 17, 2011 10:52 am
דורך מי יודע
לענ"ד איז ער ווערט א רעטעך

איך קלאפ אריין דאס ווארט כתובים איך דארף א גראם, געבט ער מער ווערטער ווי אנשים חיים, א גראם נאכדערצו ביים שרייבן דארף שטומען די לעצטע אותיות
קלאפ איך אריין אגרת, א בריוו, פינטלט ער עס אִגַרְתָּ

איך לייג אהובים פאלט אים נישט ביי צו ברענגן כתובים צו חביבים
בקיצור, א גולם קלאץ

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 17, 2011 10:57 am
דורך יגעתי ומצאתי
פארט א דומם.

ער געט דיר א אפשן וויאזוי צו פינטלען.

באמערק אז ער געט אפאר בלעטער גראמען, האסט דורכגעקוקט אלע און ער געט נישט קיין נארמאלע גראמען?

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 17, 2011 11:35 am
דורך ווינקל
אויפריכטיג האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:גיבט נאר לשון קודש'דיגע ווערטער

וואס האסטו געמיינט אז עס איז אידיש אויך?

גארנישט געמיינט, נאר פשוט אראפגעשטעלט עם פאקט.
אונז האמער מזל אז מען באנוצט זיך אין די מדינה מיט די א' ב' בוכשטאבן...

וואו איז שמעלקא?

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 17, 2011 11:48 am
דורך מי יודע
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:פארט א דומם.

ער געט דיר א אפשן וויאזוי צו פינטלען.

באמערק אז ער געט אפאר בלעטער גראמען, האסט דורכגעקוקט אלע און ער געט נישט קיין נארמאלע גראמען?

איך האב אלעס דורכגעקוקט
אדרבה פרוביר
די איינציגע גראם פאר כתובים האב איך געהאט כלבים... אדער רבים
נו קען איך שרייבן אזוי, אבא בזה בכתובים, לידידינו חברת הכלבים,

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 10:28 pm
דורך שאץ מאץ
עפעס מאכט מיין פילטער קונצן מיט אט דעם סייט צו זיכן ווערטער, ווייסט אפשר איינער ווי נאך מ'קען טרעפן ווערטער וואס גראמען, אזא סייט?
אדער די זעלבע נאר מיין פילטער זאל עס אדורך לאזן

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 26, 2014 3:38 pm
דורך שאץ מאץ
צים פינטעל האט געשריבן:א גיטע זאך
סדא אויף ענגליש אויך אזאנס


איינער ווייסט ווי ס'איז דא אזא סייט אויף ענגליש, צו טרעפן א גראם?

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 26, 2014 3:40 pm
דורך תרנגול
אפשר דאס
http://www.rhymer.com/

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 17, 2014 4:08 pm
דורך שאץ מאץ
אויפריכטיג האט געשריבן:איך ווייס נישט וואו עס צו לייגן. א וועבסייט וואס שפייט ארויס א גראם פאר יעדע ווארט וואס מען שרייבט אריין.
http://www.harozi.com/


עפעס ארבעט מיר נישט דעי לינק, איז דא עפעס אנדערשט?