עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דאנערשטאג יוני 02, 2011 8:58 pm
גייענדיג מיט פיאות מאכט זיך אמאל אז ס'כאפט זיך אריין א האר אין מאל, איז אויב כאפט מען עס באצייטענס קען מען מאכן א פאליס ריפארט און מ'גייט ווייטער, אך און וויי איז אבער אז ס'בלייבט שטעקן ביי די אינטערסעקשאן פונעם בית הבליעה, ס'איז נישט אראפצושלינגען און נישט חוסם צו זיין.
אלזא וויאזוי גיט מען זיך אן עצה דערמיט? איינער האט המספיק גאזעט'ס נומבער?
Advertisement
דאנערשטאג יוני 02, 2011 9:04 pm
שלעפ עס ארויס פון אונטן.
דאנערשטאג יוני 02, 2011 9:08 pm
גוגל מעפס: אונטן not found
דאנערשטאג יוני 02, 2011 9:47 pm
מען ליינט א אשכול פון צום זאך, און פון קייכן פאר געלעגער, פליט די האר גרינג ארויס פון פלאץ.......!
מאנטאג יוני 06, 2011 5:01 pm
וואס טוט זיך? די האר אישוין ארויס?
מאנטאג יוני 06, 2011 5:10 pm
צום זאך האט געשריבן:גייענדיג מיט פיאות מאכט זיך אמאל אז ס'כאפט זיך אריין א האר אין מאל, איז אויב כאפט מען עס באצייטענס קען מען מאכן א פאליס ריפארט און מ'גייט ווייטער, אך און וויי איז אבער אז ס'בלייבט שטעקן ביי די אינטערסעקשאן פונעם בית הבליעה, ס'איז נישט אראפצושלינגען און נישט חוסם צו זיין.
אלזא וויאזוי גיט מען זיך אן עצה דערמיט? איינער האט המספיק גאזעט'ס נומבער?
מ'טראכט פון א זאך וואס מאכט ברעכן...
למשל, האר אין מילך...!
מאנטאג יוני 06, 2011 5:37 pm
כמשחל בניתא מחלבא. (ברכות ט. - לענין מיתת צדיקים).
פרייטאג יוני 10, 2011 5:50 am
די גמרא ברענגט א לחש, צו זאגן ווען ס'בלייבט שטעקן א ביין פון א פיש אין האלדז, (די וואס עסן הערינג ווייסן וואס דאס מיינט)
דאכצימיר די גמרא איז שבת,
ד לחש גייט בערך אזוי:
חד חד בלע נחית, בלע נחית חד חד.
קענסט עס אויספרובירן אויף האר, אפשר ארבעט עס........חחח
זונטאג יוני 12, 2011 6:19 pm
קענסט טייטש?
דאס איז א לחש אויף אראפצושלינגען א פארכאפטע זאך אין האלז.