Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

די טשעק'ס קומען נישט אהן מיט די פאָסט און זיי ווערען דיפאזיט

דינסטאג מאי 31, 2011 10:46 pm

כ'האב געמאכט א טי פארטי לטובת גאר א חשובען צוועק עטליכע וואכן צוריק, (ב"ה ס'געווען גרויס הצלחה), די ערשטע פאָר טעג איז אנגעקומען היפש ביסל ריטארן ענוועלאופס מיט שיינע טשעקלעך אינעווייניג, אבער נאך געציילטע טעג האט זיך עס געענדיגט, פון אסאך מענטשען וואס כ'האב ערווארטעט זיי זאלן צוריק שיקן איז נישט אנגעקומען, נא, וואס קען מען טון כ'האב געטראכט אז דער עולם פארגעסט פשוט....

אבער יעצט ווער איך געוואיר...... איינע פון מיינע באקאנטע זאגט מיך פונקט אז ער האט געשיקט א טשעק, צו כ'האב עס באקומען,,, כ'זאג ניין כ'ווייס פון גארנישט, עניוועי יעצט האט ער באקומען די סטעיטמענט פון דער חודש פון זיין באנק און ער זעהט - נישט מער און נישט ווייניגער - די טשעק האט געקלערט, איינער האט עס דיפאזיט,

סאו מיין שאלה איז וואס טוה איך ווי הייב איך אהן מיט מיין אויספארשונג????? איז עס דער פאסט טרעגער? אדער ווער דען???

עני עקספעריענס אדער איידיעס פליס העלפ עמערדזשענסי............ פאר כ'קען זאגן קדיש אויף ווער ווייסט וויפיהל טויזענטער.

[נישט געזען צו מ'רעדט שוין פון דעם ערגעץ ווי, אויב יא ביטע אנווייזען]

תזכו למצוות!!!!

Advertisement

דינסטאג מאי 31, 2011 11:02 pm

ס'טוט מיר זייער וויי צו הערן. אבער פארוואס זאלסטו קלערן אז ס'איז די פאסט מענטש? ווייסט ער דען אז דו האסט געמאכט א מסיבה? איך וואלט ווען נאכגעקוקט די שכינים בבחינת כבדהו וחשדהו. ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער וויי מיין שכן האט איין יאר געזוכט זיין טעקס ריטוירן טשעק און שפעטער געוואויר געווארן אז א געוויסע גמח האט עס געקעשט פאר איינעם.

דינסטאג מאי 31, 2011 11:06 pm

כ'שטעל מיך פאָר אז דער פאסט מאן ווייסט ווען ער זעט פלוצלינג אזויפיהל פון די זעלבע מין ענוועלאופ אנקומען, כ'זאג נישט אז ס'איז איהם כ'האב נאר אריינגעווארפען מיין מחשבה וואס איז דורכגעלאפן בהשקפה ראשונה

איינע פון די שכנים קען נישט זיין, יעדער האט זיך זיין אייגן פארשפארטן קעסטל

דינסטאג מאי 31, 2011 11:10 pm

מ'קען דאך טשעקן אין די באנק ווער ס'האט דיפאזיט די טשעק, און אנהייבן נאכגיין פון דארט.

דינסטאג מאי 31, 2011 11:13 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:מ'קען דאך טשעקן אין די באנק ווער ס'האט דיפאזיט די טשעק, און אנהייבן נאכגיין פון דארט.


דאס איז געווען מיין ערשטע בקשה צו מיין חבר, ער זאגט מיר אז מארגן פרי גייט ער אריין אין באנק,

כ'האב דערווייל עניוועי געפרעגט, אפשר האט איינער עקספעריענס,
און וואס טוה איך איינמאהל איך ווייס יענעמס אקאונט נאמבער - ווי דארף איך פיילן א קאמפלעין וכו'

דינסטאג מאי 31, 2011 11:17 pm

דער מענטש וואס האט געשריבן די טשעק דארף עס פיילן ביי די פראוד דיפארטמענט. אויב זעהט ער אז ס'איז אריין אין א גמ"ח, אדער אן אקאונט פון איינעם וועם ער אדער דו קען, קען מען פראבירן עס נאכגיין אן אריינלייגן א יוד אין טראבל.

דינסטאג מאי 31, 2011 11:19 pm

איך גלייב שווער אז די זעלבע זאך איז געשען מיט מערערע טשעקלעך, איך וואלט ענדערש געזאגט אז די מענטשן האבן טאקע נישט געשיקט.

מיטוואך יוני 01, 2011 12:18 am

איזעי האט געשריבן:איך גלייב שווער אז די זעלבע זאך איז געשען מיט מערערע טשעקלעך, איך וואלט ענדערש געזאגט אז די מענטשן האבן טאקע נישט געשיקט.


קען זיין אז ס'איז נישט מערערע טשעקלעך אבער על כל פנים מיט איינס איז עס זיכער

און עניוועי, ס'לייגט זיך מיר אויפן שכל אז ס'איז יא מערערע, ווייל אסאך מענטשען ווייס איך וואס וואלטן זיכער געשיקט,

זאת ועוד, די ערשטע פאָר טאג איז אנגעקומען יעדע טאג מערערע ענוועלאופס, און פלוצלינג פון איין טאג אויפן צווייטען אין פוצה פה ומצפצף? געווענליך ענדיגן זיך די זאכן צוביסלעך, ווייניגער און ווייניגער
אלעס קען זיין, לאמיר זעהן ווי די זאך וועט זיך אויסקאכן

מיטוואך יוני 01, 2011 7:01 am

א שטיק צייט צוריק איז געווען א גאנצע מערכה איבער א גרופע ראפינירטע שווינדלער וועלכע גנב'ן טשעקס וואס ווערט געשיקט אויף פאסט פאר בתי מדרשים און ארגאנאזאציעס.

דוב הייקענד איז דעמאלטס געווען שטארק פארמישט דערין, אויב קלערסטו אז עס האט א שייכות פארבינד זיך מיט זיין אפיס, דאונט ווארי מעט נישט אראפ האקן קיין פאן זיין אפיס האט עניוועיס שוין גארנישט וואס צו טון די פיסגייער אינזלן אין בארא פארק איז שוין פיניטא.

מיטוואך יוני 01, 2011 8:09 am

די באנק איז שוין אפן למעשה וואס איז עס געווען?

מיטוואך יוני 01, 2011 10:03 am

ער איז נאכנישט געווען אין באנק, כ'על מעלדען עס סאאן ער גייט אין באנק אין כ'בייקום די אפדעיטס

מיטוואך יוני 01, 2011 2:34 pm

בדידי האווע עיבדע,

געמאכט א מסיבה, טשעקלעך זענען געקומען, סהאט אויפגעהערט קומען, איך האב מיך געווינדערט אאווי זענען די טויזענטערס אהין געקומען, אין כהאב חושד געוועהן אז איינער לקחענט

ויהי היום כ'טרעף מיינס א חבר וואס כהאב עקספעקטעד א טשעק פון אים, איך גיב אים אזא ווינק אז כהאב געמאכט א מסיבה, אין ער ענפערט פרעגענדיג צו כהאב באקומען זיין טשעק, אין ווער אויפגעשוידערט אז מיין חשד איז אמת, ער זאגט מיר צו ער וועט טשעקן אין זיין באנק, איך ווארט דערויף נאך היינט, ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט האט ער נישט געשיקט קיין טשעק פארוואס ווייס איך נישט, נאר כדי זיך צו פארענפערן האט ער געמאכט אזא אנשטעל, אין איך האב שוין געמיינט אז דער עולם שיקט אזוי טויזענטערס נאר איינער לקחענט, דאס איז געוועהן מיין עקספיריענס, עס מוז לגמרי נישט זיין אז דא איז דאס זעלבע, כאמיך נאר דערמאנט דערפון דערצייל איך עס.

מיטוואך יוני 01, 2011 2:37 pm

אין וויליאמסבורג רעדן זיך מענטשן אפ אויף א געוויסן פאסט מאן אז ער דערליווערט נישט די וויכטיגע פאסט

מיטוואך יוני 01, 2011 4:35 pm

דאס גענוי איז געווען אין בארא פארק, קאל אן דוב הייקענד.

מיטוואך יוני 01, 2011 4:41 pm

מיליאנער, דו שטייסט דאך דארטן ביים ATM מאשין, גיב א קוק אריין צו דיין חבר איז נישט געבליבן אויסגעשפארט אין באנק

מיטוואך יוני 01, 2011 7:33 pm

משה קארנפעלד האט געשריבן:דוב הייקענד איז דעמאלטס געווען שטארק פארמישט דערין, אויב קלערסטו אז עס האט א שייכות פארבינד זיך מיט זיין אפיס, דאונט ווארי מעט נישט אראפ האקן קיין פאן זיין אפיס האט עניוועיס שוין גארנישט וואס צו טון די פיסגייער אינזלן אין בארא פארק איז שוין פיניטא.

וואס הייסט ס'איז פיניטא? אויב איז דא אן אשכול דערוועגן ביטע מיט אהין פירן. כ'וויל נישט פארדרייען דעם דאזיגן אשכול.
---
אגב עס איז שטארק מסתבר אז ס'סטאפט צו קומען קאנווערטן פלוצלינג. אז איינער זאגט ברי אז ער האט געשיקט נישט נאר ברמז (ווי איינער וויל זיך ארויסדרייען) דאן איז מעגליך יא דברים בגו. לאז וויסן די אויסגאנג...

מיטוואך יוני 01, 2011 8:31 pm

אז מיליאנער ענטפערט נאך אלף נישט האב איך מורא אז ס'איז די זעלבע מעשה ווי הערליך

מיטוואך יוני 01, 2011 9:06 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:
משה קארנפעלד האט געשריבן:דוב הייקענד איז דעמאלטס געווען שטארק פארמישט דערין, אויב קלערסטו אז עס האט א שייכות פארבינד זיך מיט זיין אפיס, דאונט ווארי מעט נישט אראפ האקן קיין פאן זיין אפיס האט עניוועיס שוין גארנישט וואס צו טון די פיסגייער אינזלן אין בארא פארק איז שוין פיניטא.

וואס הייסט ס'איז פיניטא? אויב איז דא אן אשכול דערוועגן ביטע מיט אהין פירן. כ'וויל נישט פארדרייען דעם דאזיגן אשכול.


viewtopic.php?f=6&t=5245&p=427097#p427097

דאנערשטאג יוני 02, 2011 9:52 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:מ'קען דאך טשעקן אין די באנק ווער ס'האט דיפאזיט די טשעק, און אנהייבן נאכגיין פון דארט.


וויכטיג מאכער האט געשריבן:דער מענטש וואס האט געשריבן די טשעק דארף עס פיילן ביי די פראוד דיפארטמענט. אויב זעהט ער אז ס'איז אריין אין א גמ"ח, אדער אן אקאונט פון איינעם וועם ער אדער דו קען, קען מען פראבירן עס נאכגיין אן אריינלייגן א יוד אין טראבל.


מען קען עס נישט טשעקן.......

ביי מיר איז געשען אזא מעשה, מען האט מיר גע'גנב'ט א ענטוועלאפ מיט קעש אנגעגרייט צו באצאלן פאר א איינגאבע פאר איינעם, און איך האב דארט געאט צוגעלייגט מיין טשעק מיט
די סכום פון פינף און צוואנציג דאלער, נאך בערך צוויי וואכען איז די טשעק אריינגעקימען און מיין אקעונט, כ'האב מיר געפרייט און געווארט דערויף, כ'האב געטראכט אז דורוך דעים וועל
איך האבן עפעס אינפערמאציע ווער דער גנב איז געווען, איך האב געקאלט די באנק און געבעטן זייער הילף, האבן זיי מיר געענפערט, אז ביי קליינע טשעקס, - איך געדענק נישט ביז וועלכע סכום -
קען מען עס נישט נאכגיין, ווייל זיי מיזען גיין צו די פעדראלע באקיניג קאמעטיע אנצוהייבען א אויספארשונג, און זיי נעמען נישט אן קיין קלעמיס אויף קיין קליינע טשעקס, א חוצפה {למשל, טשעיס באנקט קען
נישט אנריפען עפל באנק פאר אינפערמאציע, נאר אלעס מוז גיין דורוך די באקיניג קאמיטע}

חוץ אויב עס מאכט זיך אז דער גנב האט געשריבען זיין אינפערמאציע אפן טשעק, אבער דאס מאכט זיך כמעט נישט

דאנערשטאג יוני 02, 2011 11:29 pm

נו אויף דעם איז דאך דא אן עצה ער זאל שיקן א אייגענע טשעק פון א ריזן סכום צו זיך אליין אויסגעשטעלט צו די צדקה צוועק און זען וואס געשענט...

פרייטאג יוני 03, 2011 9:48 am

יישר כוח פאר'ן פרובירן ארויסצוהעלפען,

דערווייל די לעצטע פאָר טעג איז יא אנגעקומען נאך אביסל, סאו כ'ווייס נאכנישט דעם אמת,
קען זיין אז דער געוויסע טשעק איז בטעות אנגעקומען צו א צווייטען....

פרייטאג יוני 03, 2011 9:50 am

הערליך האט געשריבן:בדידי האווע עיבדע,

געמאכט א מסיבה, טשעקלעך זענען געקומען, סהאט אויפגעהערט קומען, איך האב מיך געווינדערט אאווי זענען די טויזענטערס אהין געקומען, אין כהאב חושד געוועהן אז איינער לקחענט

ויהי היום כ'טרעף מיינס א חבר וואס כהאב עקספעקטעד א טשעק פון אים, איך גיב אים אזא ווינק אז כהאב געמאכט א מסיבה, אין ער ענפערט פרעגענדיג צו כהאב באקומען זיין טשעק, אין ווער אויפגעשוידערט אז מיין חשד איז אמת, ער זאגט מיר צו ער וועט טשעקן אין זיין באנק, איך ווארט דערויף נאך היינט, ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט האט ער נישט געשיקט קיין טשעק פארוואס ווייס איך נישט, נאר כדי זיך צו פארענפערן האט ער געמאכט אזא אנשטעל, אין איך האב שוין געמיינט אז דער עולם שיקט אזוי טויזענטערס נאר איינער לקחענט, דאס איז געוועהן מיין עקספיריענס, עס מוז לגמרי נישט זיין אז דא איז דאס זעלבע, כאמיך נאר דערמאנט דערפון דערצייל איך עס.


גאנץ א הערליכע מעשה, אבער כ'טראכט אז נישט דאס איז די מעשה ביי מיר, כ'רעד פון א מענטש וואס איז באמת קרוב אל לבי און א איש אמת און כ'גלייב נישט אז ער שפילט מיט מיך, באט יו קען נעווער נאו.....

למעלה משבעים האט געשריבן:נו אויף דעם איז דאך דא אן עצה ער זאל שיקן א אייגענע טשעק פון א ריזן סכום צו זיך אליין אויסגעשטעלט צו די צדקה צוועק און זען וואס געשענט...


סאונד ווי א גיטע עצה
וויפיהל הייסט א גרויסע נאמבער? א אלף'ל איז גענוג אדער מ'דארף מער ווי דעם?

און אויכעט, וואס זענען די טשאנסען אז כ'זאל דעמאלס אויסגעפונען ווער דאס איז? כ'וויל וויסן צו ס'לוינט צו אינוועסטען פאר א ספק?

פרייטאג יוני 03, 2011 11:01 am

ביסט זעכער אז סלוינט א געמבל פון אלף'ל וואס העט זיין אויב ווערט עס טאקע געגנבעט און די וועסט נאכדעם דארפן ווארטן ווער ווייסט ווי לאנג צי באקומען א טראפ אינפא און אפשר קיינמאל צריק זען דיין געלט

פרייטאג יוני 03, 2011 11:14 am

לייג גלייך ארויף א סטאפ אויפן טשעק....

פרייטאג יוני 03, 2011 1:22 pm

מיליאנער האט געשריבן:יישר כוח פאר'ן פרובירן ארויסצוהעלפען,

דערווייל די לעצטע פאָר טעג איז יא אנגעקומען נאך אביסל, סאו כ'ווייס נאכנישט דעם אמת,
קען זיין אז דער געוויסע טשעק איז בטעות אנגעקומען צו א צווייטען....

אט האט איר שפורן פון דעם גנב, ער האט געליינט אייוועלט און ער האט געזעהן אז קרוב היום וואס די קארפן קעפ דא וועלן - צוזאמען מיט אב זקנ'ס סטראטעגישע 360 דעגרי טוירן-סטייל פלענער - אים פאקן, האט ער באשלאסן אנצוהייבן צו דארט לאזן די טשעקלעך.

האלאו, מנהל - אחראי - גבאי רוף עס וויאזוי דו ווילסט, קענסט דאך ליינען אייפי אדרעסן, סאו נעם דיר צו די ארבעט ווער געווא במי הרעה הזאת, און זעה אז מיליאנער זאל ווערן א ריכטיגער מיליאנער נישט נאר ווירטואל.
שרייב א תגובה

Advertisement