בלאט 2 פון 3

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 13, 2017 1:34 pm
דורך ggg
ישיחנה האט געשריבן:איך האב געקויפט דער עלעקטריק מאשינקעלע, ס'שארפט א מחיה די שבת קודש מעסער, מ'דארף נאר האבן פלאץ ווי עס צו אוועקלייגן אין די גרויסע וויליאמסבורגע הייזער.

ווי האסטו עס געקויפט? ווי אזוי הייסט אזא זאך?

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 13, 2017 3:37 pm
דורך ישיחנה
ggg האט געשריבן:
ישיחנה האט געשריבן:איך האב געקויפט דער עלעקטריק מאשינקעלע, ס'שארפט א מחיה די שבת קודש מעסער, מ'דארף נאר האבן פלאץ ווי עס צו אוועקלייגן אין די גרויסע וויליאמסבורגע הייזער.

ווי האסטו עס געקויפט? ווי אזוי הייסט אזא זאך?


פראביר דא!

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 13, 2017 8:48 pm
דורך תחשוב טוב
ישיחנה האט געשריבן:איך האב געקויפט דער עלעקטריק מאשינקעלע, ס'שארפט א מחיה די שבת קודש מעסער, מ'דארף נאר האבן פלאץ ווי עס צו אוועקלייגן אין די גרויסע וויליאמסבורגע הייזער.

יעצט געארדערט $33 א יישר כח

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 11:24 am
דורך ישיחנה
תחשוב טוב האט געשריבן:
ישיחנה האט געשריבן:איך האב געקויפט דער עלעקטריק מאשינקעלע, ס'שארפט א מחיה די שבת קודש מעסער, מ'דארף נאר האבן פלאץ ווי עס צו אוועקלייגן אין די גרויסע וויליאמסבורגע הייזער.

יעצט געארדערט $33 א יישר כח


איך האף מ'וועט הנאה האבן דערפון.
מ'דארף אדורך לייענען די אינסטראקשענס פארן ניצען.
און בעיקר דארף מען אכטונג געבן נאכן אויסשארפן אז קליינע קינדער זאלן נישט אנרירן די מעסער.

אבער די חלה וועט זיך אי"ה פיין שניידן...

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 12:16 pm
דורך טיכטיגער
איינער ווייסט וויאזוי מ'ארבעט מיט די צוויי שטאקיגע שטיין?
דאס איז מסתמא די מער ריכטיגע וועג!
ביטע אנווייזן..

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 12:30 pm
דורך yoel2124441100
its 25.00 on amazon https://www.amazon.com/Presto-08800-Eve ... er+-+08800
ישיחנה האט געשריבן:יעצט געארדערט $33 א יישר כח

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 9:30 pm
דורך האלט
:x :P
yoel2124441100 האט געשריבן:its 25.00 on amazon https://www.amazon.com/Presto-08800-Eve ... er+-+08800
ישיחנה האט געשריבן:יעצט געארדערט $33 א יישר כח

אין יעצט קענט איר האבן ממש די זעלבע זאך פאר נאך ביליגער $19 סאיז א דיעל וואס לויפט אפ אין צוויי שעה בערך
https://www.amazon.com/LINKYO-Electric- ... B00VSDULFW

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 9:34 pm
דורך yoel2124441100
האלט האט געשריבן::x :P
yoel2124441100 האט געשריבן:its 25.00 on amazon https://www.amazon.com/Presto-08800-Eve ... er+-+08800
ישיחנה האט געשריבן:יעצט געארדערט $33 א יישר כח

אין יעצט קענט איר האבן ממש די זעלבע זאך פאר נאך ביליגער $19 סאיז א דיעל וואס לויפט אפ אין צוויי שעה בערך
https://www.amazon.com/LINKYO-Electric- ... B00VSDULFW


not the same brand,bot looks the same

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 15, 2017 7:49 am
דורך תחשוב טוב
yoel2124441100 האט געשריבן:its 25.00 on amazon https://www.amazon.com/Presto-08800-Eve ... er+-+08800
ישיחנה האט געשריבן:יעצט געארדערט $33 א יישר כח

זעי איך, אבער שוין געארדערט $7 א חילוק, לכבוד שבת קודש, א ברכה קימט אייך סיי ווי זוי, יישר כחך

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 15, 2017 7:50 am
דורך תחשוב טוב
טיכטיגער האט געשריבן:איינער ווייסט וויאזוי מ'ארבעט מיט די צוויי שטאקיגע שטיין?
דאס איז מסתמא די מער ריכטיגע וועג!
ביטע אנווייזן..

מער ריכטיגע וועג" דהיינו ?

געשריבן: זונטאג דעצמבער 17, 2017 2:16 pm
דורך טיכטיגער
וואס נוצט א שוחט/מוהל?

געשריבן: זונטאג דעצמבער 24, 2017 10:28 am
דורך בשבילי נברא
האלט האט געשריבן::x :P
yoel2124441100 האט געשריבן:its 25.00 on amazon https://www.amazon.com/Presto-08800-Eve ... er+-+08800
ישיחנה האט געשריבן:יעצט געארדערט $33 א יישר כח

אין יעצט קענט איר האבן ממש די זעלבע זאך פאר נאך ביליגער $19 סאיז א דיעל וואס לויפט אפ אין צוויי שעה בערך
https://www.amazon.com/LINKYO-Electric- ... B00VSDULFW


ליינענדיג די ריוויוס זעהט אויס אז דער עולם איז מער ווייניגער צופרידן פון דעם מעסער שארפער, אבער דאך רעדט מען זיך שטארק אפ אז עס נעמט אראפ צופיל פון די אייזן פונעם מעסער, און נאכן שארפן דערמיט פאר א שטיק צייט בלייבט נישט איבער קיין מעסער מער.

ס'זענען דא וואס רעקאמענדירן דעם שארפער אנשטאט:

https://www.amazon.com/gp/aw/d/B000B8FW0E#Ask

עס זעהט אויס ווי גאנץ אן אינטערעסאנטע געדאנק פון א שארפער.
האט אפשר איינער עקספיריענס מיט אזא מין שארפער, און ווי גוט, גרינג עס איז זיך צו באנוצן דערמיט?

געשריבן: זונטאג דעצמבער 24, 2017 11:48 pm
דורך תחשוב טוב
תחשוב טוב האט געשריבן:
ישיחנה האט געשריבן:איך האב געקויפט דער עלעקטריק מאשינקעלע, ס'שארפט א מחיה די שבת קודש מעסער, מ'דארף נאר האבן פלאץ ווי עס צו אוועקלייגן אין די גרויסע וויליאמסבורגע הייזער.

יעצט געארדערט $33 א יישר כח

אנגעקימען, איך פארשטיי נישט דעי אינסטראקשען, סהאט סטעפ 1 אין סטעפ 2 אין איטש 2 פלעצער ווי אריינצילייגין דעים מעסער אין ווי אזוי האלט מען די מעסער אינעם לאך, רעכטס לינקס גראד, די קענסט עפעס העלפען ?

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 6:01 pm
דורך אונגארישע הייזער
[quote="קוואל"]ווער שארפט גוט מעסערס אין וויליאמסבורג?[/quote
כולל שיך סטאר אויף ליע עוו. קאר. ראס פלעגט שארפן, כ'ווייס נישט צו נאך אלץ.

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 6:32 pm
דורך maybeeynot
קוואל האט געשריבן:ווער שארפט גוט מעסערס אין וויליאמסבורג?

Williamsburg sawing on Myrtle av.

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 6:50 pm
דורך שפיגליצקי
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
קוואל האט געשריבן:ווער שארפט גוט מעסערס אין וויליאמסבורג?[/quote
כולל שיך סטאר אויף ליע עוו. קאר. ראס פלעגט שארפן, כ'ווייס נישט צו נאך אלץ.

ער פרעגט ווער ס'שארפט "גוט".

אויב זוכט איר דאס, דאן גייט נישט צו כולל שיך סטאר, איך האב אהין געגעבן מעסערס צו שארפן, זיי זענען צוריק געקומען אזוי שטומפיג, אז יעדע ריק מיטן מעסער האט מיר פארשאפט טשילס אין אלע מיינע גלידער.

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 7:09 pm
דורך ששון
לויט ווי מ'זאגט, דער גרינער טרעקל מיט'ן גלעקל פלעגט גוט שארפן, אבער כווייס נישט וואס דארט טוט זיך, צי ער פארט נאך ארום, אדער צי די כשרות איז אויפ'ן העכסטער סטאנדארט

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 7:35 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
ששון האט געשריבן:לויט ווי מ'זאגט, דער גרינער טרעקל מיט'ן גלעקל פלעגט גוט שארפן, אבער כווייס נישט וואס דארט טוט זיך, צי ער פארט נאך ארום, אדער צי די כשרות איז אויפ'ן העכסטער סטאנדארט


דער גרינער טרעקל.. ס׳איז געווען זייער אייגענארטיג און זיס, כ׳מיין ער פלעגט אבער האבן איין שארפער פאר אלע מעסערס, וואס קען זיין א שאלה פון בשר וחלב.

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 7:41 pm
דורך farshlufen
מ'קען קויפן א שארפער מאשין ביי אמעזאן פאר אונטער 20 דאללער.

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 10:46 pm
דורך שפיגליצקי
farshlufen האט געשריבן:מ'קען קויפן א שארפער מאשין ביי אמעזאן פאר אונטער 20 דאללער.

יא, אבער דאס שארפט בערך אזוי ווי כולל שיך געשעפט.

געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2019 12:57 am
דורך צולייגער
דו מיט דיין אבסעסיע צו כולל...

געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2019 10:54 am
דורך אונגארישע הייזער
שפיגליצקי האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
קוואל האט געשריבן:ווער שארפט גוט מעסערס אין וויליאמסבורג?[/quote
כולל שיך סטאר אויף ליע עוו. קאר. ראס פלעגט שארפן, כ'ווייס נישט צו נאך אלץ.

ער פרעגט ווער ס'שארפט "גוט".

אויב זוכט איר דאס, דאן גייט נישט צו כולל שיך סטאר, איך האב אהין געגעבן מעסערס צו שארפן, זיי זענען צוריק געקומען אזוי שטומפיג, אז יעדע ריק מיטן מעסער האט מיר פארשאפט טשילס אין אלע מיינע גלידער.


גערעכט, כ'האב פארגעסן צו שרייבן אז כ'האב נישט געשארפט קיין מעסערס ביי איהם קיינמאל, און איך ווייס נישט צו ער איז 'גוט'.

געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2019 11:11 am
דורך אונגארישע הייזער
שפיגליצקי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:מ'קען קויפן א שארפער מאשין ביי אמעזאן פאר אונטער 20 דאללער.

יא, אבער דאס שארפט בערך אזוי ווי כולל שיך געשעפט.


איך האב געקויפט א קליין שארפער ביי ווילהעלמס האדווער, און ס'שארפט פיין, אבער מ'קען עס דארפן שארפן יעדע 3-4 וואכן, ס'נעמט נישט מער ווי א מינוט צו שארפן.

געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2019 11:28 am
דורך שפיגליצקי
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:מ'קען קויפן א שארפער מאשין ביי אמעזאן פאר אונטער 20 דאללער.

יא, אבער דאס שארפט בערך אזוי ווי כולל שיך געשעפט.


איך האב געקויפט א קליין שארפער ביי ווילהעלמס האדווער, און ס'שארפט פיין, אבער מ'קען עס דארפן שארפן יעדע 3-4 וואכן, ס'נעמט נישט מער ווי א מינוט צו שארפן.

פאר מיין לאנגן שב"ק מעסער נוץ איך דעם שטעקן שארפער און ער שארפט בעסער ווי אלע שארפערס.

אבער כ'האב נאכנישט פרובירט צו אויסשארפן א שטומפיגע מעסער דערמיט, איך נוץ דאס נאר ס'זאל נישט ווערן שטומפיג.

געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2019 12:21 pm
דורך קוואל
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:מ'קען קויפן א שארפער מאשין ביי אמעזאן פאר אונטער 20 דאללער.

יא, אבער דאס שארפט בערך אזוי ווי כולל שיך געשעפט.


איך האב געקויפט א קליין שארפער ביי ווילהעלמס האדווער, און ס'שארפט פיין, אבער מ'קען עס דארפן שארפן יעדע 3-4 וואכן, ס'נעמט נישט מער ווי א מינוט צו שארפן.

אט אזוי. איך רעד פון א טייערע $200'יגע שב"ק מעסער (די מיט די ריכטיגע בלעיד, ממש ווי א שחיטה חלף.)
זוך איך טאקע ווער ס'שארפט "גוט".

רב פארשלאפען, ניצט איר די פון עמעזאן? אויב יא צופרידן, א לינק ביטע.

סגולה לפרנסה.