עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דינסטאג מאי 24, 2011 9:57 am
די שבת קודש מעסער איז שוין אינגאנצן אפגענוצט, אזש מ'קען דערמיט ניטאמאל שניידן קיין געפילטע פיש....
ווי קען מען שארפן א מעסער, אז ס'זאל שניידען א מחי'?
(שמעתי פעם אז געוויסע שוחטים נעמען דאס אן צו טוהן)
Advertisement
דינסטאג מאי 24, 2011 10:04 am
עס איז דא צו באקומען ספעציעלע שארפערס אין די הארדווער געשעפטן.
דינסטאג מאי 24, 2011 10:07 am
א פשוטע שארפער פון הארדווער געשעפט איז דען נישט גענוג גוט אויף צו קענען גוט שניידן פשוטע חלה?
-------
באמבאסטיש האקט, זאגט ס'זעלבע.
דינסטאג מאי 24, 2011 12:08 pm
אין ווילי ביי ביי די שיסטער אויף ליע צווישען ראסס און ווילסאן (כולל) זיצט דארט איינער וואס שארפט מעסערס
דינסטאג מאי 24, 2011 12:10 pm
ווען מען גיט צו שאפן א מעסער דארף מען אינזין האבן די כשרות... צו יענער נניצט דאס צו שארפן טריפה'נע מעסער, מילכיג און פליישיג וכדומה.
דינסטאג מאי 24, 2011 6:50 pm
משום הכי פיר איך זיך צו נוצן א זעגל מעסער.
דינסטאג מאי 24, 2011 6:58 pm
א זעג איז נישט קיין מעסער.
מיטוואך מאי 25, 2011 12:55 am
עס ווערט געברענגט אז מען זאל נישט נוצן א זעגל מעסער צו שניידן ברויט און חלה.
געבן פאר א שוחט איז דוקא נישט קיין שלעכטן בייפאל, אדער קענסטו קויפן א שארף מאשין, איך ווייס נישט ווי מען קויפט דאס, אבער איך האב שוין געזען אזאנס.
מיטוואך מאי 25, 2011 1:15 am
שניידן ברויט? ביסטו זיכער?
באוואואסט איז עס אויף אויפשניידן בעיקר די ערשטע כזיתים חלה ביי די סעודת שבת.
מיטוואך מאי 25, 2011 11:23 am
איך האב א שטיין אינדערהיים אבער קיין אנוג ווי זוי צי ניצן איך וואלט זייער געקענט באשטיין איינער זאל מיר אמאל אויסלערנען
דאנערשטאג מאי 26, 2011 1:11 pm
איך מיטשע מיך שוין יארן מיט שארפן מעסער'ס, סיי וואס פאר א שארפער איך האב נאר געקויפט האט נישט געטויגט, אפילו נאכדעים וואס איך האב געפאלגט אויפ'ן האר וואס דער שמש האט מיך געהייסן טוהן, איך זאל האלטן די מעסער שיף און די שארפער גראד אדער פארקערט, קודם שנעל נאכדעים שטייט אראפ און נאכהער ארויף, וואס איך טוה נאר קומט נישט אויס מיין מעסער שארף
דאנערשטאג מאי 26, 2011 5:12 pm
ר' משה נתן וויינבערגער טוט אין שארפן מעסערס, אמאל ביי א שמחה האב איך געבארגט זיין מעסער צו שניידן א בילקעלע, כ'האב קוים אנגערירט דעם בילקעלע און די טישטוך אונטער דעם איז שוין געווען צושניטן... ער ענטפערט גערן פאר יעדעם וואס פרעגט אים הנוגע דעם...
פרייטאג מאי 27, 2011 12:50 am
מי חכם האט געשריבן:שניידן ברויט? ביסטו זיכער?
באוואואסט איז עס אויף אויפשניידן בעיקר די ערשטע כזיתים חלה ביי די סעודת שבת.
זיכער? ניין, זיכער איז נאר דער רבונו של עולם, אבער אזוי געדענקט זיך מיר. אבער לכבודך וועל איך איבערפרעגן, אויב איך וועל געדענקען.
פרייטאג מאי 27, 2011 12:53 am
פיבער מעסטער האט געשריבן:איך מיטשע מיך שוין יארן מיט שארפן מעסער'ס, סיי וואס פאר א שארפער איך האב נאר געקויפט האט נישט געטויגט, אפילו נאכדעים וואס איך האב געפאלגט אויפ'ן האר וואס דער שמש האט מיך געהייסן טוהן, איך זאל האלטן די מעסער שיף און די שארפער גראד אדער פארקערט, קודם שנעל נאכדעים שטייט אראפ און נאכהער ארויף, וואס איך טוה נאר קומט נישט אויס מיין מעסער שארף
דער הסבר איז ווייל דער שמש ווייסט פונקט אזוי גוט ווי דו. ער זאגט נאך וואס יענער (וועלכער ווייסט אויך נישט) האט אים געזאגט.
דער עצה איז, גיי זוך אויף א שוחט וועמען דו קענסט, און אויב דו קענסט נישט פרעג זיך נאך. רוב שוחטים וועלן דיר גערן אנווייזן אין צוויי דריי מינוט וויזוי צו האלטן דעם מעסער און וויזוי צו האלטן דעם שטיין אז עס זאל ווערן שארף. שעם זיך נישט. רוף אן א שוחט און בעט אים אויב דו קענסט אריבערקומען צו אים פאר אפאר מינוט.
במה דברים אמורים, אויב דו ווילסט עס שארפן מיט א שטיין. אויב אבער דו ווילסט נישט דוקא מיט א שטיין, כבר מילתי אמורה, אז דו קענסט קויפן אזא מאשינדל וואס שארפט
פרייטאג מאי 27, 2011 7:29 am
א מוהל קען מען אויך פרעגן.
פרייטאג מאי 27, 2011 8:20 am
יאך האב א ווידעאו קליפ, פון א קרוב צי צוויי שעה בערך וועלכע גיט פונקטליכע דיטעילס סטעפ ביי סטעפ וויזאוי מ'שארפט מעסערס שערליך וכו' וכו'. וועלכע שטיין איז גוט פארוואס...
עס איז א גרויסע פייל וויזוי לייג איך עס דא ארויף?
פרייטאג מאי 27, 2011 9:35 am
יהיה כן האט געשריבן:יאך האב א ווידעאו קליפ, פון א קרוב צי צוויי שעה בערך וועלכע גיט פונקטליכע דיטעילס סטעפ ביי סטעפ וויזאוי מ'שארפט מעסערס שערליך וכו' וכו'. וועלכע שטיין איז גוט פארוואס...
עס איז א גרויסע פייל וויזוי לייג איך עס דא ארויף?
קענסט עס ביטע אימעלן צי
JKUP50@GMAIL.COM
שבת מאי 28, 2011 10:38 pm
לוינט זיך אוועק צו געבן צוויי שעה..?
שבת מאי 28, 2011 10:46 pm
קען מיר זיין אינטערסאנט, אפלאוד עס צו wetransfer
שבת מאי 28, 2011 10:46 pm
ווי גרויס איז די פייל?