Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וויפיל איז די שיעור פון ח"י רוטל?

זונטאג מאי 22, 2011 4:18 pm

איך וויל מנדב זיין ח"י רוטל משקה אין מיין לאקאלע ביהמ"ד ביים סעודת הילולא, עמעצער ווייסט אפשר וואס דאס איז די שיעור פון "רוטל"?

Advertisement

זונטאג מאי 22, 2011 4:20 pm

54 ליטר

זונטאג מאי 22, 2011 4:22 pm

באמבאסטיש האט געשריבן:איך וויל מנדב זיין ח"י רוטל משקה אין מיין לאקאלע ביהמ"ד ביים סעודת הילולא, עמעצער ווייסט אפשר וואס דאס איז די שיעור פון "רוטל"?

מען זאגט בערך 54 ליטער

זונטאג מאי 22, 2011 4:23 pm

ייש"כ.

---

יעצט נאך א פראגע, איז א נפק"מ וועלכע סארט משקה?

זונטאג מאי 22, 2011 4:34 pm

באמבאסטיש האט געשריבן:ייש"כ.

---

יעצט נאך א פראגע, איז א נפק"מ וועלכע סארט משקה?

משקה מיינט בפשטות משקה וואס מען גיט אויף לחיים

זונטאג מאי 22, 2011 4:37 pm

פיין!

ווייסן מיר שוין אז ס'דארף זיין 54 ליטר, און ס'דארף זיין משקה וואס איז נהוג צו געבן לחיים דערויף, כגון ביר.

יעצט דארפן מיר גיין אויסרעכענען וויפיל ביר עס ליגט אין א פלעשל.

זונטאג מאי 22, 2011 4:41 pm

באמבאסטיש דאס קען דיר אפשר העלפן רעכענען
http://www.calculateforfree.com/

מאנטאג מאי 23, 2011 10:11 am

עס קומט אויס 13.9 גאלאן

מאנטאג אפריל 30, 2012 3:08 pm

והוא פלאי האט געשריבן:
באמבאסטיש האט געשריבן:ייש"כ.

---

יעצט נאך א פראגע, איז א נפק"מ וועלכע סארט משקה?

משקה מיינט בפשטות משקה וואס מען גיט אויף לחיים

GRAPE JUICE בכלל?

מאנטאג אפריל 30, 2012 5:36 pm

אין מקור פון די סגולה שטייט וויין

מאנטאג אפריל 30, 2012 6:38 pm

ווי איז דער מקור?

מאנטאג אפריל 30, 2012 10:44 pm

שויתי'ניק האט געשריבן:אין מקור פון די סגולה שטייט וויין

ממילא גרעפ דזויס יא אדער נישט?

מיטוואך מאי 02, 2012 5:42 am

שנאפס האט געשריבן:ווי איז דער מקור?


דאכט זיך א בריוו פון באבוב'ער רב...
לעצט פאראכטן דורך שויתי'ניק אום מיטוואך מאי 02, 2012 1:58 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך מאי 02, 2012 11:19 am

שויתי'ניק האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:ווי איז דער מקור?


דאכט זיך א בריוו פון ערשטן באבוב'ער רב...


א מכתב פון מהרב"ץ מבאבוב (צווייטע באבובע רב) געדרוקט אין טעמי המנהגים, ער שרייבט "ששמע מפי אנשי אה"ק ת"ו שקבלה בידם סגולה לחשוכי בנים רח"ל, לנדב ח"י ראטעל משקה ביומא דהילולא על ציון התנא האלקי רשב"י זי"ע ועכ"י"

מיטוואך מאי 02, 2012 11:34 am

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=276

מיטוואך מאי 02, 2012 12:40 pm

הורוויץ, נעקסט טיים ברענג אראפ די גאנצע שורה

ער שרייבט אז איינער האט אים געזאגט, אז ער האט געהערט מפי אנשי אה"ק, נישט אז באבובער רב האט געהערט

מיטוואך מאי 02, 2012 2:07 pm

גערעכט שנאפס כ'האב נישט אזוי גוט מדקדק געווען.
שרייב א תגובה

Advertisement