Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

הדלקות אין וויליאמסבורג

שבת מאי 21, 2011 9:14 pm

ווייסט איינער וואו און ווען ס'וועט פארקומען היינט און מארגען הדלקות אין וויליאמסבורג?
שכח

Advertisement

שבת מאי 21, 2011 10:02 pm

ביהמ"ד בראשוב
ביהמ"ד באיאן
ביהמ"ד באלחוב
ביהמ"ד וויזניץ (ראסס סט)
ביהמ"ד תולדות אהרן (PS 16)
ביהמ"ד יעראסלאב
ביהמ"ד קליוולאנד
ביהמ"ד סאטלין
ביהמ"ד סאמבור (וואלאבוט)
ביהמ"ד טשערנאוויץ

בערך צוויי שעה נאכן זמן

זונטאג מאי 22, 2011 12:44 am

שכח ליינער, תזכה למצות

מארגן - ווייס איינער אויב ס'איז דא?

זונטאג מאי 22, 2011 1:02 am

פריער אריבערגעגאנגען ביי סטאלינער שוהל, מען טאנצט נאך אינגרויסן

זונטאג מאי 22, 2011 11:42 am

זענען די הדלקות מיט א פערמיט?


נעכטן מיטגעהאלטן א הדלקה, וואס איז געווען מסתמא דריי מאל אזוי גרויס ווי אין מירון, ממש א פחד, און אן קיין שום בעריקאדען ארום, די פייער דעפט. האט עס טאקע פארלאשן אינדערמיט.

זונטאג מאי 22, 2011 1:02 pm

ליינער האט געשריבן:ביהמ"ד סאטמאר (וואלאבוט)


ביהמ"ד סאטמאר (וואלאבוט) מאכט נישט קיין הדלקה

זונטאג מאי 22, 2011 1:03 pm

איך האב געמאכט א הדלקה ביי מיר אינדערהיים (בורא מאורי האש)

זונטאג מאי 22, 2011 1:10 pm

באמבאסטיש
איך האב געמאכט א הדלקה ביי מיר אינדערהיים (בורא מאורי האש)

כהאף אז דו וואינסט אין אין ווילי, אויב נישט דארף דיין תגובה ארויספארן פון דעם געהענגל..........

זונטאג מאי 22, 2011 1:19 pm

קעכער האט געשריבן:
ליינער האט געשריבן:ביהמ"ד סאטמאר (וואלאבוט)


ביהמ"ד סאטמאר (וואלאבוט) מאכט נישט קיין הדלקה

ער מיינט לכאורה די סאמבור'ע הדלקה וואס קומט אויס פארנט פון ביהמ"ד סאטמאר (וואלאבוט)

זונטאג מאי 22, 2011 1:21 pm

thefact האט געשריבן:
קעכער האט געשריבן:
ליינער האט געשריבן:ביהמ"ד סאטמאר (וואלאבוט)

ביהמ"ד סאטמאר (וואלאבוט) מאכט נישט קיין הדלקה

ער מיינט לכאורה די סאמבור'ע הדלקה וואס קומט אויס פארנט פון ביהמ"ד סאטמאר (וואלאבוט)


יא איר זענט גערעכט!

זונטאג מאי 22, 2011 1:28 pm

באמבאסטיש האט געשריבן:איך האב געמאכט א הדלקה ביי מיר אינדערהיים (בורא מאורי האש)


דער ווער ס'מאכט תשליך ביים סינק, קען לכאורה יוצא זיין מיט זינגען בר יוחאי פאר א אנגעצינדענעם געז-רענדזש...
(פרעג א מורה הוראה , הלכה ולא למעשה...)

זונטאג מאי 22, 2011 2:32 pm

יהיה כן האט געשריבן:
באמבאסטיש האט געשריבן:איך האב געמאכט א הדלקה ביי מיר אינדערהיים (בורא מאורי האש)


דער ווער ס'מאכט תשליך ביים סינק, קען לכאורה יוצא זיין מיט זינגען בר יוחאי פאר א אנגעצינדענעם געז-רענדזש...
(פרעג א מורה הוראה , הלכה ולא למעשה...)

נו, האומר דבר בשם אמרו . . .

זונטאג מאי 22, 2011 2:40 pm

leiby האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
באמבאסטיש האט געשריבן:איך האב געמאכט א הדלקה ביי מיר אינדערהיים (בורא מאורי האש)


, קען לכאורה יוצא זיין מיט זינגען בר יוחאי פאר א אנגעצינדענעם געז-רענדזש..

אזוי ווי די בילד...

בילד

זונטאג מאי 22, 2011 2:53 pm

לויט ווי עס קוקט אויס וועלן די מצה מענטשעלעך גיין אויף קידש ד'

זונטאג מאי 22, 2011 3:23 pm

ממש אן קיין שכל. מ'נעמט אוועק די בעריקאדעס, מ'שטעלט זיך אריין ממש אינעם סכנה.

איך וועל נישט זיין סורפרייזד ווען קומענדיגעס יאר וועט די חברה הצלה ווארענען אז היי יאר האבן זיי געברויכט אריינפירן 7 טייערע (נאך ווי) נפשות צוליב בראנד וואונדן.

זונטאג מאי 22, 2011 3:26 pm

נו! תערובות!

זונטאג מאי 22, 2011 3:26 pm

כ'מיין אז לייבי בעביסיט היינט אינדערהיים האטער נישט געקענט אטענדן קיין איין הדלקה....

זונטאג מאי 22, 2011 3:48 pm

חחח נישט ווייט פין אמת..

זונטאג מאי 22, 2011 4:33 pm

לצים
דאס בילד איז געוואלדיג ;l;p-

זונטאג מאי 22, 2011 6:14 pm

משה פאלאפל האט געשריבן:נו! תערובות!

די מצוה-פרויען האבן זיך שענער אפגעזונדערט פון די מצוה-מענער ווי ביי פול אנדערע הדלקות אין שטאט

זונטאג מאי 22, 2011 6:19 pm

;l;p-
א געוואלדיגע פוינט

מאנטאג מאי 23, 2011 3:23 am

יוי איז דאס גוט, איך קען מיך קוים בארואיגן. אבער איינעם זעה איך דארט, אינגאנצן אויף די רעכטע זייט, דער מיט די געלע האר, וואס זוכט ער דארט?

מאנטאג מאי 23, 2011 8:38 am

ער איז פון די יו-פיס וואס מען האט געזעהן ביי עטליכע הדלקות.

מאנטאג מאי 23, 2011 8:41 am

טהור'ל, דאס איז די JDN ריפארטער

מאנטאג מאי 23, 2011 10:21 am

אבערוואז, ער איז די חאלאקא אינגעלע (נאר די קאפל איז אראפגעפאלן פונעם געדרענג)
שרייב א תגובה

Advertisement