Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פוילישע געפלאכטענע גארטיל

דינסטאג מאי 17, 2011 7:55 am

ווער ווייסט ווי אזוי מאכטמען דאס, וווער מאכט דאס, ווי איז דא צו באקומען זיידענע שטריקן

מקען אריין שריבן אויך פריוואט

Advertisement

דינסטאג מאי 17, 2011 12:15 pm

היינט צו טאג ווערן זיי על פי רוב געשטריקט אין די ווייטע אסט לענדער.

100% זייד, איז לפי ידיעתי נאר דא איינער וואס מאכט עס, א לויבאוויטשער חסיד,
די איבעריגע זענען געמישטע למחצה שליש ורביע.

דינסטאג מאי 17, 2011 12:35 pm

מעג איך וויסן וואס אידאס א פוילישע גארטל?

מיטוואך מאי 18, 2011 4:19 pm

זייער א שיינע געשטריקטע גארטיל וואס פארצאטנ'ס פלעגין אלע רביים אן טוהן.

די שווענץ זענען איינס מיט'ן גארטיל און נישט צוגעלייגט.

בדרך כלל מאכטמען דאס פון זייד

מיטוואך מאי 18, 2011 4:20 pm

ווער איז דער ליובאוויטשער חסיד?


איך זיך נישט דווקא א זיידענעם, אבער אגעשטריקטע אזוי וווי די פוילישע גארטיל

מיטוואך מאי 18, 2011 4:21 pm

פארקאש עטרות פארקויפט אזא גארטל וואס איר זוכט.

מיטוואך מאי 18, 2011 4:29 pm

כמעט אין יעדע געשעפט אוואו מען פאר-קויפט גארטלעך קאן מען עס קויפן.

אויך דא צו באקומען מאשין געוועבט וועלכע זעהן אויס אוואו די האנט געשטריקטע.

דאנערשטאג מאי 19, 2011 4:40 pm

יישר כח פאר אלע העלפערס

דאנערשטאג מאי 19, 2011 5:29 pm

האסט שוין ?

דאנערשטאג מאי 19, 2011 5:31 pm

קען מיר איינער זאגן ווי אזוי ס'הייסט אזא געשטריקעכטץ אויף ענגליש?

דאנערשטאג מאי 19, 2011 7:14 pm

knit, weave

דינסטאג מאי 24, 2011 3:36 pm

נאך נישט

מיטוואך מאי 25, 2011 12:39 pm

ווען די האסטעם, לייג א בילד ביטע.

מאנטאג מאי 30, 2011 9:18 am

ביקסאד האט געשריבן:היינט צו טאג ווערן זיי על פי רוב געשטריקט אין די ווייטע אסט לענדער.

100% זייד, איז לפי ידיעתי נאר דא איינער וואס מאכט עס, א לויבאוויטשער חסיד,
די איבעריגע זענען געמישטע למחצה שליש ורביע.



איך האב גערעדט מיט א מוכר ספרים וואס פארקויפט די 100 % זייד גארטל ,אין איך האב עם געפרעגט צי עס איז טאקע 100 % זייד , זאגט ער מיר אז דער איינער וואס מאכט דאס האט עם געזאגט אז דאס איז 90 % זייד ווייל הינדערט פראצענט איז נישט מעגליך צי מאכן

ער זאגט אז די זיידענע גארטל וואס אסאך רביס האבן מקפיד געווען צי טראגן איז אויכעט געווען 90 %


למאי נפקא ? למען ידעו !

מאנטאג מאי 30, 2011 3:52 pm

הייסט עס ווילסטו מיר זאגן אז מיין טייערע גארטל וואס איך האב באקומען פון מיין שווער פארן ארויסגיין צו די חופה, איז נישט הונדערט פראצענט זייד?

מאנטאג מאי 30, 2011 4:26 pm

איזעי האט געשריבן:הייסט עס ווילסטו מיר זאגן אז מיין טייערע גארטל וואס איך האב באקומען פון מיין שווער פארן ארויסגיין צו די חופה, איז נישט הונדערט פראצענט זייד?

ניין מיין קינד ניין!

שבת יוני 04, 2011 3:18 pm

איזעי האט געשריבן:הייסט עס ווילסטו מיר זאגן אז מיין טייערע גארטל וואס איך האב באקומען פון מיין שווער פארן ארויסגיין צו די חופה, איז נישט הונדערט פראצענט זייד?



א גאנצע שאלה אויף די קידושין.......

איך זיך ווער עס מאכט דאס נישט קיין חילוק 100 פראצענט אדער ניינציג און אפילו בכלל נישט זייד.

יישר כחכם
לעצט פאראכטן דורך אן ערליכע איד אום מאנטאג יוני 27, 2011 3:59 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג יוני 27, 2011 4:16 pm

איינער האט מיר גיזאגט אז סאיז דא א ויזניצער חסיד ראפפארט וואס מאכט דאס.

ווער ווייסט ווער איז דאס ווי וווינט ער?

דינסטאג יוני 28, 2011 4:00 pm

יישר כח.


דאס גארטיל מיינט מען

גרטיל.png

דינסטאג יוני 28, 2011 6:54 pm

יא, טאקע אט די סארט, אפשר געווען נעבן זייד.



שוין איין געהאנדעלט ?

מיטוואך יוני 29, 2011 8:53 am

אואדאי נעבן זייד, ער האטעך עס אן אויף א זיידענע בעקיטשע.

נע, וואס זאג איך. דאס וואלט אויך געוואלט זיין נעבן זייד..

היינטיגע צייטן..

מיטוואך יוני 29, 2011 1:14 pm

זאג נאר ערליכער איד, ווען האסטו גענומען דעם בילד פון מיר?

איך גיי דאך דעם בעקיטשע נאר שבת
שרייב א תגובה

Advertisement