Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וואס טוט מען מיט א קינד וואס זאגט ליגנט?

מאנטאג מאי 16, 2011 8:53 pm

ער פלעגט שטענדיג גלייכן דעם ליגנט מער ווי דעם אמת אויב ס'האט זיך אויסגעפעלט, אבער ער איז שוין 6 יאר עמו"ש און עס ווערט נישט בעסער.

כ'האב דאס קיינמאל נישט גענומען אזוי ערנסט, און איך פלעג שטענדיג טראכטן צו מיר 'פלעג איך דען נישט זאגן גענוג ליגנט אלס קינד?'...

ביז די בעלאבאסטע האט ביים פארציילן א שמייכל'דיגער געשיכטע וואס איין ליגנט האט איר צוגעברענגט נאכן מיינען אז דאס איז וואהר, האט יענער איר פארציילט אז ביי אירס א קינד האט זי אויך געהאט דעם זעלבן פראבלעם, און זי האט דאס שוין געכאפט אביסעלע שפעט ווען ס'איז שוין ארויס פון יעדן פראפארץ און מ'האט געמוזט נעמען שווערע שריט.

איז די שאלה אויב איינער האט שוין אמאל געהערט אן עצה דערצו?

Advertisement

מאנטאג מאי 16, 2011 9:02 pm

מיין טאטע זז"ג פלעגט מיר געבן צוויי געזונטע אז איך געדענק נאך יעצט

מאנטאג מאי 16, 2011 9:19 pm

שאלת_חכם האט געשריבן:מיין טאטע זז"ג פלעגט מיר געבן צוויי געזונטע אז איך געדענק נאך יעצט

סהאט געהאלפען?
:wink:

מאנטאג מאי 16, 2011 9:44 pm

דיין קינד ליידט פון LZTMN ל"ע, (ליגן זאגן טאר מען נישט), א מחלה וואס טרעפט זיך גאר אפט ביי קינדער און נאך אפטער ביי ערוואקסענע. אויב ווייסט מען נישט אפצושאצן די גענויע עפעקט וואס דאס קען ברענגען איז עס שטארק מערקבאר. אבער איר קענט זיין רואיג ווילאנג איר באמערקט עס נאך, אויב באמערקט מען עס נישט איז א סימן אז מען ליידט שוין דערויף גאר שטארק און זיי קענען דאס געניטערהייט אויסבאהאלטן פון יעדן.

אויב וועסטו אים אויסהיילן מיט די רפואה פון VDIAN קען זיין שטארקע אויסזיכטן צו זען א ענדערונג לטובה גאר אינגיכן בע"ה.


ערענסט;
עס קען זיין ער ווייסט פשוט נישט אז זאגן ליגן איז א פראבלעם. אויב פארציילסטו אים חומש און מדרשים וואס דאן האט ער א געפיל און ווארימקייט צו די פסוקים און די תורה, דאן לערן מיט אים איין מאל און נאכאמאל די פשוטע פסוק חומש מדבר שקר תרחק צי ולא תשקרו און פארצייל מעשה'ס פון מענטשן וואס האבן געזאגט ליגן אז האבן נישט גוט אפגעשניטן.
נאך איין מאל ער זאגט א ליגן הייס אים אפשרייבן צען מאל ולא תשקרו וכדו', אדער זאגן הויך צען מאל די פסוק מיט טייטש. ער וועט לכאורה שטארק וויינען ווייל דאס דעגראדירט און לאזט א איינדרוק.
צעביסלעך וועט מען דאס ארויסקלאפן פון זיין געוואוינהייט בע"ה.

(נישט פון מעלות)

מאנטאג מאי 16, 2011 9:45 pm

ווען איך האב אמאל געפרעגט א אדם גדול דעם שאלה, האט ער מיר צוריקגעפרעגט צו דען בין איך אזוי נזהר אין שטוב צו זאגן נאר דעם אמת אז דאס קינד זאל פון קיין ליגענט נישט וויסען? צו דען בין איך מקיים וואס איך זאג אלץ צו פארן קינד?

למעשה האט מיין טאטע מיר געזאגט אז ער האט מקבל געווען פון זיין רבי'ן, אז פאר ליגענט געט מען א פאטש. ליגענט זאגן איז א שליסל פאר גאר אסאך עבירות. צב"ש אונאה, גניבה, אפטוען אנדערע וכדו'.

ווען איך געב א פאטש פארן קינד צוליב'ן זאגן ליגענט, פרעג איך דערנאך: צו ווייסטו פארוואס איך האב דיר געשלאגן? ווייל פאר ליגענט באקומט מען א פאטש.

מאנטאג מאי 16, 2011 9:51 pm

אגב, דערמאך איך זיך יעצט אז דער ראפשיצער רב זי"ע (נעכטן געווען די יארצייט יא אייר) האט אמאל געזאגט פאר א בעל עבירה וואס האט געוואלט א תיקון, זאגט ער נעם דיך פאר איין זאך מער נישט צו זאגן קיין ליגענד!
אלעמאל ווען יענער האט געוואלט אפטון א זינד האט ער געטראכט און אז מ'וועט מיך פרעגן וואס וועל איך ענטפערן? קיין ליגענד וויל ער נישט זאגן.
אזוי ארום האט ער זיך צוריקגעהאלטן פון טון עבירות ביז ס'האט אים געכאפט א הרהור תשובה און געווארן א גענצליכער בעל תשובה.

ווי זאגט נחמן נתן'ס טאטע? ליגנד איז א שליסל צו גאר אסך עבירות.

דינסטאג מאי 17, 2011 1:59 am

אוי ליגענט זאגען ליגענט זאגען טאר מענישט ווייל ס'איז א נבירה...
אזא ניגונ'דל דענק איך פון פלעי גראפ,
אבער די אמת איז, אז כהאב אמאל געהערט אז רבי יעקב יוסף פון סקווער זצ"ל האט געהייסן שלאגן פאר ליגענט,
ווייל אז די קינד האט נישט מורא צו זאגען ליגענט, האסטו נישט קיין שום קאנטאל אויף עם, די קענסט עם פרעגען ווי ביסטע געווען, און ער העטיך ענפערן און שול, דערווייל איז ער געווען ביי עפעס א חבר וואס די ווילסט נישט אז ער זאל זיך דרייען דארט, דערפאר מיז אמת זיין פון די ערשטע יסודות,
צו די זאלסט עם למעשה שלאגען? ווייסיך נישט, אבער אפשר קענסט ארבייטן אויפן חלק האמת, אז ווען ער מאכט עפעס טארבל און ער איז מודה על האמת, וועסטו עם גארנישט באשטארפען,
און ברענג דעמלסט גוט ארויס די חשובת פון זאגען אמת, ווי שטארק די האסט ליעב ווען ער זאגט די אמת, אז די וועסט עם גארנישט גאנישט טאן אויב ער זאגט אמת, ווייל א יוד קען נאר זאגן אמת,
ואידך פרישא דארפסטו פרעגען די פראפעשענלס,

צום שלוס, ווי זאגט די וועלט,שקר אין לו רגלים,
האט יענער צו געלייגט,
די שקר אן די פיס לויפט אסאך שנעלער ווי די אמת מיט די פיס, ודו"ק ותמצא...

דינסטאג מאי 17, 2011 4:24 am

ווילאנג עס איז אים נאך וויכטיג דיך צו זאגן ליגענט, שטייסטו נאך גוט. אך און וויי איז אויב דאס קינד שפירט שוין נישט קיין שום סיבה צו באהאלטן דעם אומגעשמאקן אמת. דעמאלסט וואלסטו געהאט אן ערנסטן פראבלעם, אדער ווייל ער פארשטייט באמת נישט דער עוולה וואס ער איז באגאנגען, אדער אז אים גייט בכלל נישט אן דיך צופרידן צושטעלן.

אויסער דעם, ביי קלענערע קינדער מאכט זיך אפט אז זיי זאגן ליגענט, ווייל זייער אימעדשענעישאן ארבעט זייער שטארק, און עפעס וואס זיי האבן געוואלט אז עס זאל זיין, איז ביי זיי אזוי קלאר כאילו עס האט באמת פאסירט. ממילא זייער ליגענט זאגן קומט נישט פון פארדארבנקייט, עס קומט פון נאאיוועיטעיט.

עס איז נישט כדאי צו כאפן א קינד ביים ליגענט און אים אויפווייזן אז ער איז א ליגנער, ווייל מיט דעם שפירט ער אז ער איז שוין במילא אפגעפרעגט ביי זיינע עלטערן, וועט ער שוין טוהן גרעסערע פראבלעמען. אויך קען ער באקומען א רעפוטאציע - ביי זיך - אז ער איז א ליגענער, און אזוי די סדר איז אז מיר אלע פרובירן כסדר צו לעבן לויט אונזער רעפוטאציע, וועט דאס אים ממילא ברענגן צו זאגן מער און מער ליגענט. דעריבער איז 'יצא שכרו בהפסדו' ווען מ'האלט פאר א קינד פאר זיין ליגענט.

עס איז אבער יא כדאי, צו מאכן א שמועס פון די וויכטיגקייט צו זאגן דעם אמת, און דעם הארבקייט צו פארדרייען די פאקטן, ביי א שבת'דיגע סעודה, מיט א מעשה אדער משל אדער סתם שמועסן דערפון, דאס וועט אריינברענגען א כלליות'דיגע חינוך אין דעם קינד, און דאס האט די בעסטע טשאנסן צו ארבעטן און מעורר זיין דעם קינד נישט צו זאגן מער קיין ליגענט.

הצלחה רבה, און אסאך אידיש נחת

דינסטאג מאי 17, 2011 6:13 am

אלע זאגען דא דברים של טעם, ור' דוב בערמאן עולה על כולנה

ער האט מיך טאקע דערמאנט דעם כלל אין חינוך אז מען טאר נישט באצייכענען א קינד אלס "ליגנער" וכדומה, ווייל דער סטעמפל וועט מער אפטוהן ווי אויפטוהן.

דינסטאג מאי 17, 2011 8:30 am

דוב בערמאן האט געשריבן:ווילאנג עס איז אים נאך וויכטיג דיך צו זאגן ליגענט, שטייסטו נאך גוט. אך און וויי איז אויב דאס קינד שפירט שוין נישט קיין שום סיבה צו באהאלטן דעם אומגעשמאקן אמת. דעמאלסט וואלסטו געהאט אן ערנסטן פראבלעם, אדער ווייל ער פארשטייט באמת נישט דער עוולה וואס ער איז באגאנגען, אדער אז אים גייט בכלל נישט אן דיך צופרידן צושטעלן.

אויסער דעם, ביי קלענערע קינדער מאכט זיך אפט אז זיי זאגן ליגענט, ווייל זייער אימעדשענעישאן ארבעט זייער שטארק, און עפעס וואס זיי האבן געוואלט אז עס זאל זיין, איז ביי זיי אזוי קלאר כאילו עס האט באמת פאסירט. ממילא זייער ליגענט זאגן קומט נישט פון פארדארבנקייט, עס קומט פון נאאיוועיטעיט.

עס איז נישט כדאי צו כאפן א קינד ביים ליגענט און אים אויפווייזן אז ער איז א ליגנער, ווייל מיט דעם שפירט ער אז ער איז שוין במילא אפגעפרעגט ביי זיינע עלטערן, וועט ער שוין טוהן גרעסערע פראבלעמען. אויך קען ער באקומען א רעפוטאציע - ביי זיך - אז ער איז א ליגענער, און אזוי די סדר איז אז מיר אלע פרובירן כסדר צו לעבן לויט אונזער רעפוטאציע, וועט דאס אים ממילא ברענגן צו זאגן מער און מער ליגענט. דעריבער איז 'יצא שכרו בהפסדו' ווען מ'האלט פאר א קינד פאר זיין ליגענט.

עס איז אבער יא כדאי, צו מאכן א שמועס פון די וויכטיגקייט צו זאגן דעם אמת, און דעם הארבקייט צו פארדרייען די פאקטן, ביי א שבת'דיגע סעודה, מיט א מעשה אדער משל אדער סתם שמועסן דערפון, דאס וועט אריינברענגען א כלליות'דיגע חינוך אין דעם קינד, און דאס האט די בעסטע טשאנסן צו ארבעטן און מעורר זיין דעם קינד נישט צו זאגן מער קיין ליגענט.

הצלחה רבה, און אסאך אידיש נחת


דאס זעט אויס די מערסטע צום זאך.
ארויסגעברענגט די חלק פון צוברעכן דאס קונד חלולה, וואס איז זייער גרינג ווען מ'וויל עפעס אויסלערנען.

דינסטאג מאי 17, 2011 10:31 am

דוב בערמאן איז מיט דעם זאך גערעכט, אז מען טאר נישט באטיטלען דעם קינד אלץ "ליגנער", און דער קינד טאר נישט שפירן ווי ער איז אפגעסטעמפלט אלץ ליגנער, אבער נאך אלץ איז ריכטיג דאס וואס די אנדערע ברענגען נאך בשם די גדולי ישראל אז אויף ליגנט דארף מען געבן פעטש.

איך האב מקובל מבית אבותי ורבותי, אז צוויי זאכן דארף מען נעמען גאר שטרענג, און גיין עד הסוף, "ליגנט און חוצפה".

די צוויי זאכן אויב איז עס נישט אין ארדענונג, דאן איז מען פארטיג מיטן קינד.

פאר ליגנט קומט פעטש, און אויב ארבעט עס נישט, איז א סימן אז עס איז געווען שוואכע פעטש, אדער אז די פעטש זענען געגעבן געווארן פון כעס (א קינד קען דערקענען ווען דער טאטע רעגט זיך אויף און שלאגט ווייל ער איז אויפגערעגט, און ווען מען שלאגט אים ווייל ער האט געטון אן עולה).

איך האב א ברודער זז"ג, ווען ער איז קליין געווען האט ער ביי דיפאלט געזאגט ליגנט.... יעדע זאך וואס מען האט אים געפרעגט, אויב האט ער פארשטאנען אז עפעס טויג נישט מיטן אמת, איז אויטאמאטיש געקומען א ליגנט, ניטאמאל האט ער געדארפט טראכטן, עס האט אויסגעזען אזוי אמת'דיג אז ווען נישט מען כאפט אים אפאר מאל ביי די מעשה, וואלט מען געווען זיכער אז עס איז אמת.

ביי די דריי פיר יאר, האבן מיינע עלטערן לאוי"ט גענומען די זאך אין די הענט אריין, און ווען מען האט אים געכאפט ביי א ליגנט (וואס דאס איז נישט געשען צו אפט, ווייל ווי געזאגט האט מען נישט געקענט וויסן צו ער זאגט אמת אדער נישט), האט ער געכאפט אזעלכע פעטש, אז עס איז אים אריין טיף אין די ביינער (יא, א פיר יעריג קינד)

נאך עטליכע סעסיעס ( :wink: ), ווען מיין מאמע האט געהאט א חשד אז דאס קינד זאגט א ליגנט, האט זי אים איבערגעפרעגט מיט די פולע שטרענגקייט, "דו זאגסט דעם אמת, אדער דו זאגסט יעצט ליגנט??" איך קען נישט פארגעסן ווי דאס קינד האט אנגעהויבן צו ציטערן ווי א בלאט אויפן ווינט..... (פארשטייט זיך אז אויב האט ער מודה געווען על האמת, איז ער אפגעקומען אן קיין פעטש, קען זיין א שטראף האט מען אים יא געגעבן צומאל אפי' נאכן מודה זיין, דאס געדענק איך נישט, דאס דארף דער טאטע נוצן דעם אייגענעם שכל, און פארשטייט זיך אויך, אז אויב נאך דעם איבערפרעגן האט ער זיך געהאלטן ביי זיינס, און מען איז דערגאנגען שפעטער אז דאס איז א ליגנט, איז ער אריבער א פרישע סעסיע...).

נאך אפאר חדשים איז עס געווען א פארגאנגענהייט.

מיטוואך מאי 18, 2011 10:29 am

איך קען בשום אופן נישט ארויסברענגען מיינע געפילן נאכן ערהאלטן אזעלכע העכסט קלאסיגע עצות אויף א פראגע וואס איך האב לכתחילה געהאלטן אז כ'האב ניטאמאל וואס פרובירן אנצופרעגן דא אין קרעטשמע, ארויסגעוויזן האט זיך באשיינפערליך אז מי כעמך ישרא' גוי אחד בארץ, טאקע אויפן נעץ וואס מען האט אמאל נישט גע'חלום'ט אז מען וועט דערויף קענען זאגן ישם מדבר לאגם מים וארץ צי' למוצאי מים. איך טראכט אז מען מעג שוין גרינדן א חינוך פארום, א שאד אז אונזערע חינוך עקספערטן זאלן נישט מהנה זיין אנדערע.

נאך מער בין איך באיינדריקט ווי אזוי יעדער האט געשניטן דעם טייג אויפן זעלבן שטייגער, און ארויסגעברענגט ביינאנזאם א מושלם'דיגער פראדוקט.

אזויווי איך לייד פון CSSB (חוסך שבטו שונא בנו), און ס'קומט מיר אן זייער שווער צו געבן א פעטשעל אויב מען קען בעפאר ניצן דעם מויל, וועל איך מיט'ן אויבערשטען'ס הילף טאקע ערשט פרובירן דעם עצה פון הרב דוב שליט"א, און אז ס'וועט נישט העלפן וועט מען פרובירן די עצה וואס רוב עולם טענה'ט איז די ריכטיגע. אין פאקט פלעג איך שטענדיג אנזאגן די בעלבאסטע בשום אופן נישט צו כאפן דאס קינד ביי סיי וואס פארא ליגנט, א זאך וואס איז ער אנגעקומען גוט שווער צוליב איר סארקאסטישע נאטור.

אלנפאלס, איך בין אייך שטארק דאנקבאר פאר אייער ראט, און איך וועל אייך אי"ה צוריקקומען מיט דעם גוטן ענדע בקרוב בסייעתא דשמיא.

נאכאמאל א יישר כח אייך.

מיטוואך מאי 18, 2011 11:54 am

מיר ליגט אין זכרון אז אין של"ה הקדוש איז דער מקור אז אויף שקר זאל מען געבן פעטש.

מיטוואך מאי 18, 2011 2:20 pm

עס איז יא!! וויכטיג צו כאפן דעם קינד ביי א ליגנט.

פארמאכן די אויגן, איז ווי באגראבן דעם קאפ ווי א בת היענה, און דאס לערנט אויס דעם קינד אז "עס קען געלונגען".

ליגנט דארף א זירא טאלעראנס פאליסי.

נאר וואס דען, נישט סארקאסטיש! אויב איז אייער ווייב סארקאסטיש, בעט איר אז ווען זי כאפט אים ביי א ליגנט זאל זי אים גארנישט זאגן, נאר זי זאל אייך איבערגעבן ווען איר קומט אהיים, און איר וועט דאס באהאנדלן.

אויב דו ליידסט אויף חושך שבטו שונא בנו, וועל איך דיר ציטירן א צווייטע פסוק אין משלי, וואס איך ווייס נישט פארוואס די מחנכים היינט ברענגען דאס נישט צו:

משלי כ"ג
(יג) אַל תִּמְנַע מִנַּעַר מוּסָר כִּי תַכֶּנּוּ בַשֵּׁבֶט לֹא יָמוּת:
(יד) אַתָּה בַּשֵּׁבֶט תַּכֶּנּוּ וְנַפְשׁוֹ מִשְּׁאוֹל תַּצִּיל:

טייטש:
דו זאלסט נישט צוריקהאלטן פון א קינד שטראף(רייד), אז דו וועסט אים שלאגן מיט א רוט וועט ער נישט שטארבן.
דו זאלסט אים שלאגן מיט א רוט, און זיין זעהל וועסטו ראטעווען פון אפגרונד.

ווער עס וויל קען זיך מיהען נאכצוזוכן די מפרשים אויף דעם פסוק.
אויב דו גלייבסט אין די תוה"ק מיין איך אז דא שטייט זייער קלאר וואס דו האסט צוטאן, און איך מיין אז דו זאלסט איינעמען דעם פסוק דריי מאל א טאג, (אדער נאך יעדן ליגנט...) ויועיל בעז"ה פאר דיין קרענק.

הצלחה רבה

מיטוואך מאי 18, 2011 2:26 pm

נישט וויכטיג אויפצוכאפן יעדן ליגנט.

מיטוואך מאי 18, 2011 2:42 pm

דוב בערמאן האט געשריבן:אויסער דעם, ביי קלענערע קינדער מאכט זיך אפט אז זיי זאגן ליגענט, ווייל זייער אימעדשענעישאן ארבעט זייער שטארק, און עפעס וואס זיי האבן געוואלט אז עס זאל זיין, איז ביי זיי אזוי קלאר כאילו עס האט באמת פאסירט. ממילא זייער ליגענט זאגן קומט נישט פון פארדארבנקייט, עס קומט פון נאאיוועיטעיט.


וכן הורה מרת יאראסלאוויטש הידוע בהסכמת הרב מ''מ ווייסמאנדל שליט''א.

מיטוואך מאי 18, 2011 2:47 pm

ווינקל האט געשריבן:נישט וויכטיג אויפצוכאפן יעדן ליגנט.


איינמאל דאס קינד ווייסט אז ער קען זאגן א ליגנט אן געכאפט ווערן, דאן איז דער גאנצער עסק פארלוירן.

ער דארף וויסן קלאר, אז אויב די עלטערן כאפן אים ביי א ליגנט וועט נישט טויגן.

און ווען דו זאגסט אז מען דארף נישט כאפן, מיינט דאס אז די עלטערן (וואס ליידן אויף געוויסע זאכן.... ווי אויבנדערמאנט), וועלן אויסנוצן יעדע געלעגנהייט נישט צו כאפן.... און דאס קינד וועט בלייבן מיט זיינע ליגנט'ס, ער וועט עס נאר זוכן בעסער צו באהאלטן, און ער וועט באקומען שכל, וועלכער ליגנט גייט ענדערש אריבער און וועלכע נישט (קינדער זענען אויסגעצייכנטע מבינים צו עלטערן'ס שוואכקייטן, זיי וועלן אויפכאפן יעדן לאך אינם סיסטעם, בפרט קלוגערע קינדער).

דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:52 am

אוי וויי, איזעי טיילט שלעק... איך מיין אז איך וועל דיר אריבער רופן יעדעס מאל וואס ס'וועט אויספעלן עטליכע קלעפ...

אגב, דער פסוק חוסך שבטו מיינט אויך אז ווען איינער האלט צוריק זיין ריט איז ער א שונא פאר זיין קינד, איך האב דאס נאר אזוי ארויסגעברענגט אויפן דרך פונעם שוועמל.

ווינקל, איך מיין אז איזעי וועט נאך מוזן אריינגעבן עטליכע פראסקעס בעפאר איך וועל אויסגעהיילט ווערן פון מיין קרענק...

דאנערשטאג מאי 19, 2011 3:05 pm

אין פ"ה, עס איז נישט שיין צו טיילן פראסקעס ברבים...

מיטוואך יולי 27, 2011 7:47 pm

מען שטופט און מען שטופט עס אפ, ווייל אפשר גייט ער האבן צייט צו דאנקן די חברים ווי א מענטש. אבער אז מ'זעהט אז איזעי איז נאך בינינו, מוז מען דאנקן אפילו מ'האט נאכנישט געטראפן די ריכטיגע גיסטע און צייט דערפאר, ווילאנג ס'נאך דא פארוועם.

פאר צוויי חדשים צוריק איז א מידער געווען אמת'דיג פארלוירן ווי איר קענט זעהן אויבן. אלס איינער וואס רעדט זיך איין אז כ'פארשטיי צו חינוך, און כ'האב אין בעק אף מיי מיינד געוויסט אז פאר שקר קומט שלעק, האבעך דאך בשום אופן נישט געוואלט אז דאס קינד זאל זיך אפסטעמלען אלס ליגענער.

פארלוירן ביז גאר האט א מידער געפרעגט די הויכגעשעצטע חברים דא כדת מה לעשות, אפשר דאך איז דא אן אויסוועג וואס זאל זיין גרינגער, כ'בין ממש נתפעל געווארן ווען יעדער האט ארויסגעגעבן זיין שכל הישר און ידיעות, און כ'האב געטון ווי אויבן געשריבן, און אנגעפאנגען מיט ר' דוב'ס עצה.

מ'האמער פרובירט צו דערציילן געשיכטעס וועגן דאס וויכטיגקייט פון אמת, סיי די גרויסקייט און סיי דאס פארקערטע תורה'דיג, און סיי די רעווארדס און סיי די שאדן גשמיות'דיג. דער פראבלעם איז נאר געווען, אז דאס קינד האט געליטן פון א שטארקע געפאלנקייט אין זעלבט זיכערהייט, און וויפיל ער האט זיך נאר געוואלט אויסמענטשלען, האט זיין מח אים שטענדיג געזאגט אז זאל זיין וואס זאל זיין, און דיין כבוד שטייט העכער פון אלעם און די קענסט בשום אופן נישט זאגן אפילו איין ווארט פון וואס די גייסט שפירן א פארלוירנקייט, און ווי פארשטענדליך זיך נישט געקומערט מיט די אלע זייטיגע עפעקטן פון א שקרן, און שטענדיג געטראכט אז מענטשן וועלן סייווי קיינמאל נישט וויסן אז איך זאג ליגנט.

זעענדיג אז ס'גייט נישט איין וועג, האט מען גענומען די זאך אין די הענט אריין מיט א שטארקע פארזיכטיגקייט. מען האט געווארט ביז מ'טרעפט א באווייז שווארץ אויף ווייס, אים גענומען אין א זייטיגע צימער, און געגעבן א גאנצע מוסר שמועס ווי עס ברויך צו זיין, און אריינגעווארפן וואס פאר א וואויל אינגל ער איז וואס אייביג נאר דעם אמת, און וויבאלד ס'האט זיך ליידער געמאכט אזא גרויסע עבירה וועט מען נעקסט טיים מוזן געבן פעטש פארן יצר הרע.

פארשטייט זיך אז פון דעם איז זיין זעלבט זיכערהייט נאכנישט געשטארקט געווארן אויף אזוי ווייט אז ער זאל קענען קאנטראלירן זיין מח, און קומענדיגעס מאל האט מען מקיים פסק געווען ווי עס ברויך צו זיין, און אזוי נאך איינס אדער צוויי מאל.

ס'איבריגע איז היסטאריע. נישט נאר ער האט אויפגעהערט ארויסצוזאגן א זאך וואס איז נישט אמת, נאר ס'האט אים געבויעט זיין גאנצן מהלך המחשבה אז א מענטש קען מאכן גרייזן און יעדער מאכט גרייזן, און ס'געשעט גארנישט אז מ'איז מודה אויף סיי וואס, און מיט די צייט איז זיין זעלבסט זיכערהייט שטארק געשטיגן (כאטש ס'פעלט נאך אביסל).

איך קען נישט גענוג ארויסברענגען מיינע לויב רייד און געפיל וואס כ'בין שולדיג פאר איזעי פארן מיר ארויסהעלפן און געבן דעם קוראזש צו טון וואס מ'דארף, און דערמיט בעזהשי"ת געהאלפן א איד מחנך זיין א קינד על דרך הישר.

אין די זעלבע צייט וויל איך שטארק באדאנקן פאר אלע וואס האבן צוגעלייגט זייער ערפארונג און מיר געגעבן טאט און ראט, און דאדורך געקענט אויספרובירן אלע וועגן.

יישר כחכם ויישר חילכם.

מיטוואך יולי 27, 2011 8:37 pm

ווינקל האט געשריבן:מיר ליגט אין זכרון אז אין של"ה הקדוש איז דער מקור אז אויף שקר זאל מען געבן פעטש.

של"ה שער האותיות אות דל"ת - דרך ארץ

כט. כלל גדול יהיה לאב המייסר בנו, ושיהיה בטוח שהבן הולך בדרך הישר, אף בסתר, שלא בפני האב, יראה בכל כחו להדריכו במדת אמת, כמו שכתוב למדו לשונם דבר אמת. ויגדיל לו עונש השקר אפילו בשיחה בטלה, ויתפאר לו השכר הגדול מהאומר אמת, ויטיל מורא גדול עליו, באם יוציא מפיו דבר אחד של שקר, יתרה בו התראות גדולות. נמצא, כשיהיה מדה זו של אמת תקועה בלב הבן, אז יקיים הבן כל מצות אביו, כי ירא שישאלנו אביו, עשית כך וכך, או מה המעשה הזה אשר עשית, והוא ישיב לו מפני היראה, אמת, כי ירא אולי יאחז ונמצא בדאי, ועונשו יהיה מרובה, ומכח שמוכרח לומר אמת, נמצא מוכרח להיות סור מרע ועשה טוב.

ל. והנה פה בירושלים עיר הקודש תוב"ב, היה רגיל אצלי חסיד גדול מחסידי עליון, מהספרדיים, ואם היו נותנים לו כל חללי דעלמא, לא היה חס ושלום מוציא מפיו דבר שאינו אמת בבירור. וסיפר לי מנהג אביו, בעודו היה נער הוא ואחיו, ובא קובלנא שנעשה איזה ענין שלא כהוגן, אמר, מי שיודה על חטאו ויאמר אמת, אזי אמחול לו, רק יזהר מהיום והלאה שלא ישנה באולתו, ואיזה שיכפור, ואני אחקור ואדרוש שאחז בשקר וכפר, אזי אעשה לו עונשים בכפלי כפליים. וכן עשה, מי שהודה, מחל ונתן לו מתנה עוד איזה מטבעות בעבור שהודה באמת, ולהאחר ששיקר ענשו בעונשים גדולים. כך היה מגדל בניו במדת האמת, והיה קונה האמת במטבעות, לקיים 'אמת קנה' (משלי כג, כג), ונעשה בבנו החסיד הנזכר לעיל טבע האמת עולמית. וכל ערום יעשה בדעת, איך יגדל בניו במעשים טובים, ובצדקות, ובחסידות, ובכל מדות ישרות.

נו ווער געדענקט ווי יום טוב ערליך דערציילט אזוי אויף'ן טעיפ
ווער האט צובראכן די ווינדא
הינדא
האסטו א האלבן דאלאר

מיטוואך יולי 27, 2011 8:42 pm

שוועמל האט געשריבן:אגב, דערמאך איך זיך יעצט אז דער ראפשיצער רב זי"ע (נעכטן געווען די יארצייט יא אייר) האט אמאל געזאגט פאר א בעל עבירה וואס האט געוואלט א תיקון, זאגט ער נעם דיך פאר איין זאך מער נישט צו זאגן קיין ליגענד!
אלעמאל ווען יענער האט געוואלט אפטון א זינד האט ער געטראכט און אז מ'וועט מיך פרעגן וואס וועל איך ענטפערן? קיין ליגענד וויל ער נישט זאגן.
אזוי ארום האט ער זיך צוריקגעהאלטן פון טון עבירות ביז ס'האט אים געכאפט א הרהור תשובה און געווארן א גענצליכער בעל תשובה.

ווי זאגט נחמן נתן'ס טאטע? ליגנד איז א שליסל צו גאר אסך עבירות.

ראפשיצער רב?
ספר חסידים (מרגליות) סימן תרמז

מעשה ברשע אחד שאמר לחכם אלו היית מורה לי תשובה דבר אחד הייתי עושה ואפי' קשה ביותר א"ל אל תכזב ובזה לך תשובתך מקובלת אמר הרשע זה אסבול אע"פ שקשה לי ביותר. כשבא לגזול אמר בלבו אם ידעו כי אני אומר אמת גזלתי יתלוני ואם אומר שקר היא אכזב ונמנע פעם אחת הפקיד לידו המלך את הכלי שהיה כסף וזהב בו והיה יצרו אומר לו לגוזלו חשב בלבו אני צריך לישבע על שקר ואעבור על מצות מורי נמנע והלך לו, פעם אחת רצה לבוא על הזונה אמר אם יכירו אותי אם אומר שקר אעבור על מצות מורי נמנע והלך לו, כך שב מכל עונותיו לכך נאמר (משלי ל' ח') שוא ודבר כזב הרחק ממני, וזהו שנאמר (צפני' ג' י"ג) שארית ישראל לא יעשו עולה ולא ידברו כזב ולא ימצא בפיהם לשון תרמית.

מיטוואך יולי 27, 2011 9:54 pm

והוא פלאי, א ריזן יישר כח פאר ביידע מראה מקומות!

נעם שוין דעם דאנק פאר די מ"מ איבער די גארערע וועלט... כ'וויל נישט אנשמירן יעדן אשכול מיט סתם א דאנק. (דא האביך שויניש געקענט איינהאלטן).

מיטוואך יולי 27, 2011 10:01 pm

דאנק דעם אייבישטער שחלק מחכמתו לבו"ד און ממילא איז דא א קאמפיוטער

דאנערשטאג יולי 28, 2011 2:14 pm

איך בין הערשט יעצט אנגעקומען צו דעם אשכול, איך זעה אז דוב בערמאן באציהט זיך צו איין זאך און איזעי צו א צווייטע, דוב רעדט בעיקר ווען א קינד פארציילט א מעשה און ער לייגט צו לגיונות/פאנטאזיעס, דאן איז נישט גוט אויפצוווייזן אז ער איז א ליגענער, איזעי רעדט ווען א קינד האט אויסגעגאסן עפעס און דו פרעגסט עם צו ער האטעס געטוהן און ער זאגט ניין, דעמאלטס דארף מען גיין שטרענג.

מיין 6 יעריגס פלעגט זאגן כסדר ליגענט ביי די פאל פון וואס איזעי רעדט, איינמאל האטער פארציילט אז די רבי האט ארויפגעלייגט פעפער אויף א יונגלס מויל פארן זאגן ליגענט... יענע טאג האטער עפעס עטוהן און געלייקנט און נאך אנגעלייגט די שולד אויף מיין טאכטער... מיין ווייב האטעם אפיהר גענומען מיטן באטל פעפער און געזאגט אז ער זאלעס שמעקן און זעהן ווי שארף ס'איז, און טאמער גייטער זאגן ליגענט גייט מען עם ארויפלייגן אויפן צונג אזוי ווי די רבי האט געטוהן, ער האט געשמעקט דעם שארפן גרוך, ס'איז עם אריין אין די ביינער... איך האב יענע נאכט עם פארציילט די מעשה פון די פאסטוך און די וואלף, ווי אויך ארויסגעלויבט דאס זאגן אמת... די נעקסטע מאל ווס ער האט עפעס געטוהן האב איך עם געשטעלט אין א פארלעגענהייט, איך האב עם געזאגט איך וויל וויסן ווער ס'האט דאס געטוהן, אויב זאגסטו ליגענט האבעך די פעפער, און אויב זאגסטו אמת גייט גארניש געשעהן... שטייצעך אז ער האט מודה געווען, און כאבעם געזאגט אז יעצט טוה איך עם גארניש ווייל ער זאגט דעם אמת, אבער ער זאל געדענקן מ'טאר נישט טוהן די זאך... ער האט נאך יעדעס מאל א שטיקל מלחמה אין זיך, ווען איך פרעג עם עפעס קען איך זעהן וויזוי ער איז נאך צומישט, ס'טייטש ער וויל זאגן ליגענט אבער ער וויל זאגן אמת... אבער ב"ה צוביסלעך ווערט עס בעסער און בעסער, און דער אייבערשטער זאל העלפן אויף ווייטער.

אבער איין וויכטיגע זאך, נישט יעדע קינד איז די זעלבע, און מ'קעניש שרייבן קיין כלל דאס איז די עצה, מ'קען שרייבן דאס האב איך געטוהן און דאס האט מען מיר געזאגט צו טוהן, און יעדער זאל ארויסנעמען די בעסטע וואס ער קען.
שרייב א תגובה

Advertisement