Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וועלכע אינסולעישאן רעקאמאנדירסטו?

דאנערשטאג מאי 12, 2011 11:18 am

איך האלט אינמיטן מאכן פלענער אויפצובויען א בוידעם, איז אויפגעקומען די שאלה וועלכע אינסולעישן צו ניצן.

דהיינו עס איז דא וואס רופסט זיך די טראדישענאל ד.ה. די פינקע פייבערגלאז, אדער ניצן די פאום אינסולעישן.

די שאלה איז אזוי. די טראדיציאנאלע איז פיל ביליגער שטייצעך, און די פאום איז פיל טייערער. די ביליגע לאזט אריין אסאך היץ און קעלט, די פאום איז הערמעטיש פארמאכט.

איז דא וואס טענה'ן אז די פאום לאזט ניש אריין קיין נויטיגע לופט אויכניש... ברענגט עס שימל.

אנדערע לייקענען עס וכו' בצוקער, ווער עס האט עני אדווייס, ביטע העלפט ארויס א אידן.

נ.ב. ניקים מיט נגיעות זענען וועלקאם!!! (נאר ביטע ארויסשרייבן...)

Advertisement

דאנערשטאג מאי 12, 2011 11:50 am

מאכט נישט אזוי שטארק וואס פאר א אינסולעישאן ווי ווי גוט מען מאכט דעם דזשאב, אבער אינסולעיטאן א בוידעם דארף מען וויסן גענוי וואס מען טוט אויב נישט קאן עס גורם זיין פראבלעמען שפעטער.

דיסקלעימער, איך האב קיין נגיעה..

מער קראנטע און דעטאלירטע אינפארמאציע זעהט דא:

http://www.buildingscience.com/document ... m-ice-dam/

דאנערשטאג מאי 12, 2011 3:50 pm

שיינעם דאנק!

וואו זענען די אינסולעיטארס? קיינער האט נישט דא קיין בוידעם?

דאנערשטאג מאי 12, 2011 4:44 pm

עס איז אויך דא א דריטע סארט אינסולעישאן הנקרא סעליולאוס. Cellulose
איך האב געהערט פון אן אינסולעיטאר אז ביי די פאום דארף מען אכט געבן וויאזוי מען מאכט דאס, ווייל עס קען איבערלאזן לעכער. אויך קען דאס ארויסרוקן די פייפס צו די דרויסנדיגע זייט, אזוי אז עס ווערט נישט אינסולעיטעד און קען פלאצן פון קעלט.

מיטוואך מאי 18, 2011 12:14 am

איך בין מיט פארשלאפן.
די עיקר איז "וויאזוי" מען מאכט דעם זשאב, נישט וואסערע אינסולאציע מען נוצט.

אגב איך בין כלל נישט אנציקט פון די פאום אינסולישאן.

מיטוואך מאי 18, 2011 1:03 pm

שוועמל האט געשריבן:איך בין מיט פארשלאפן.
די עיקר איז "וויאזוי" מען מאכט דעם זשאב, נישט וואסערע אינסולאציע מען נוצט.

אגב איך בין כלל נישט אנציקט פון די פאום אינסולישאן.


פארוואס נישט? צופעליג איז עס מיר יעצט שטארק נוגע איך אפרישיעט עני אינפארמעישן

מיטוואך מאי 18, 2011 4:46 pm

עס סערווירט נישט די פורפעס, כ'אב עס שוין געפראווט אסאך מאל.
די בעסטע אינסולעשאן איז די סעליולעס וואס איז אזוינע שטיקער וואס לייגט זיך גוט אן איבעראל און לייגט נישט קיין איבריגע פרעשור אווי פאום.
ספעציעל אויפן דאך איז דאס וויכטיג.

מיטוואך מאי 18, 2011 4:50 pm

יישר כח שוועמל!

ועל מיר נאכקוקן אביסל די אינפא. דערויף.

מיטוואך מאי 18, 2011 9:24 pm

פון מיין ריסוירטש - איך האב דאס נאכנישט אויספרובירט - קוקט אויך אויס אז 'סעליולאוס' אינסולירט דאס בעסטע.

מיטוואך מאי 18, 2011 9:28 pm

ס'טוט זיך מיט'ן פרייז?
שרייב א תגובה

Advertisement