עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מאנטאג מאי 09, 2011 9:54 pm
עס הערשט א מאנגל אין טויס.
האט מיין קינד א מיידעלע געבעטן א לעקטראנישע בייק, די נייע מינע, עס קאסט אסך געלט.
איך האב איר אפגערעדט דערפון אז א מיידל פאסט נישט צו פארן אינדרויסן אגאנצע צייט נאכדערצו אז דער מוסד קען מעגליך נישט לאזן.
האט זי געוואלט א דאלי-האויז פאר קעלי אדער סומענטע, קליינע אדער גרעסערע וואס קאסטן מער.
איך האב איר ווידער אפגערעדט דערפון ווייל ס'ווערט זייער בארינג און נאך א וואך וועט עס ליגן אין בוידעם וואקסן שימעל דערויף.
אזוי נאך אפאר שמאנצעס וואס זי האט געוואלט האבן.
איך האב איר אפגערעדט פון אלעם אז די זאכן זענען סתם שפילצייג אנע תוכן און מ'ווערט נישט קלוגער ווען מ'האט עס.
למעשה בין איך שוין אליינס גוט צעמישט.
גיבט מיר הילף קויפן פאר קינדער גוטע קריעטיוו שפילצייג, וואס זאל נישט סתם שטופן צייט נאר שארפן די קאפ און עפעס אויסלערנען אינדערמיט.
Advertisement
מאנטאג מאי 09, 2011 10:18 pm
ס'דא א קאמפעני וואס הייסט דיסקאווערי טויס וואס זיי מאכן ספיציעל קריעטיוו טויס וואס מאכט דאס קינד טראכטן איך האב שוין געספענט 150 דאלער ביי זיי און ס'האט זיך ב''ה אויסגעצאלט
איר קענט גיין אנליין זעהן זייער קעטילאק
מאנטאג מאי 09, 2011 11:09 pm
שפילצייג איז זייער נייטיג פאר קינדער, אן דעם קריכן זיי אויף די גראדע ווענט.. און יא טויס - ווי יעדע אנדערע זאך - קאסט געלט, און צומאל אסאך געלט אפי'. ס'איז א חלק פון די קאסטן צו האדעווען קינדער...
קויפ יא די דאליס פארן מיידעל זי העט דיר אלעמאל דאנקבאר זיין.
דינסטאג מאי 10, 2011 12:32 am
ווי אלט?
פאר יונגערע איז דא "ביזי ביטס", פאר עלטערע איז דא די נייע משוגע'נע "ברעיני מעיז".
דינסטאג מאי 10, 2011 12:48 am
מען רעדט פון 6 ביז 9 יאר.
די דיסקאווערי טויס קוקט אויס טאקע גוטע טויס אבער מער פאר יונגערע ריכטיג?
דינסטאג מאי 10, 2011 10:45 am
מיין יונגל האט שוין ב"ה גרויסע לעגאו'ס און קליינע לעגאו'ס, 2 באקסעס קליקס מיט א באקס ביזי ביטס, און אים האט אונגעשמעקט עפעס א נייע מיני עס הייסט "טייט לאק סעט" (אזוי ווי ביזי ביטס) האב איך אים געזאגט אז די גאנצע הויז איז שוין פיל מיט טוי'ס אין ווי וועט מען עס לייגען ? אפשר אויף מיין בעט ? , ער לאכט אבער ער דארף עס ווייטער און יעדע פאר טעג דערמאנט ער זיך דערפון, איינער ווייסט אויב עס איז א טוי וואס מען קען שפילען שעות ?
דינסטאג מאי 10, 2011 1:56 pm
יעצט פאר יו"ט האב איך איינגעקויפט א זאק טויס נאכן נישט קויפן א שטיק צייט, העמיר וועלכע פון די אלע וועלן געניצט ווערן מער ווי א חודש צייט.
א דאלי פאר א מיידל איז אלץ א זאך וואס קען גיין, אבער מען דארף עס אפדעיטן פונקט ווי א מענטש, אז נישט ווערט עס באאארייינג.
קליקס, ביזי ביטס ווי שמערי האט שוין דערמאנט, און נאך עטליכע ענליכע וואס קומען לעצטענס ארויס ווי שוועמלן'ס אשכולת זענען אלץ גוט, מ'קען זיצן דערויף שעות אויספיגערן נייע זאכן.
דינסטאג מאי 10, 2011 2:00 pm
שמערי בערי האט געשריבן:ווי אלט?
פאר יונגערע איז דא "ביזי ביטס", פאר עלטערע איז דא די נייע משוגע'נע "ברעיני מעיז".
עס איז שוין נישט ניי, און העט ווייט פון משוגע
עס האלט געשפאנט עלטערע און אינגערע, אינאיינעם מיט זייערע עלטערן. בדוק ומנוסה!
זוך אויף: perplexus
דינסטאג מאי 10, 2011 2:09 pm
און ס'איז דא ארום 5-6 סייזעס.
דינסטאג מאי 10, 2011 3:37 pm
קען מען שוין קויפן ברעיני מעיס ביי טויס 4 U??
דינסטאג מאי 10, 2011 3:44 pm
שוועמל האט געשריבן:מען רעדט פון 6 ביז 9 יאר.
די דיסקאווערי טויס קוקט אויס טאקע גוטע טויס אבער מער פאר יונגערע ריכטיג?
ניין
זיי האבן פון נוי בארן ביז די טין עידזש
דינסטאג מאי 10, 2011 4:41 pm
קרעמער האט געשריבן:שמערי בערי האט געשריבן:ווי אלט?
פאר יונגערע איז דא "ביזי ביטס", פאר עלטערע איז דא די נייע משוגע'נע "ברעיני מעיז".
עס איז שוין נישט ניי, און העט ווייט פון משוגע
עס האלט געשפאנט עלטערע און אינגערע, אינאיינעם מיט זייערע עלטערן. בדוק ומנוסה!
זוך אויף: perplexus
פערפלעקסיס איז געמאכט פון בעסערע סחורה אבער די נאכגעמאכטע איז דא אסאך מער לעוועלס (ס'איז א 208) און ס'איז שווערער.
(מפי מיין קליינער שוואגער'ל וואס האטעס געמוזט באקומען פאר אפיקומן)
דינסטאג מאי 10, 2011 4:48 pm
קרעמער האט געשריבן:שמערי בערי האט געשריבן:ווי אלט?
פאר יונגערע איז דא "ביזי ביטס", פאר עלטערע איז דא די נייע משוגע'נע "ברעיני מעיז".
עס איז שוין נישט ניי, און העט ווייט פון משוגע
עס האלט געשפאנט עלטערע און אינגערע, אינאיינעם מיט זייערע עלטערן. בדוק ומנוסה!
זוך אויף: perplexus
מיין ווייב האט געקויפט לכבוד פסח פינף שטיק פון די ברעיני מעזעס, שעות אויף שעות הערט מען נישט קיין ווארט, קינדער אלל קיינד אוו עידזשעס!!!
די ביליגערע ווערסיע איז שוין צובראכן, די אנדערע האלטן נאך דערווייל.
דינסטאג מאי 10, 2011 5:41 pm
ווינקל האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:שמערי בערי האט געשריבן:ווי אלט?
פאר יונגערע איז דא "ביזי ביטס", פאר עלטערע איז דא די נייע משוגע'נע "ברעיני מעיז".
עס איז שוין נישט ניי, און העט ווייט פון משוגע
עס האלט געשפאנט עלטערע און אינגערע, אינאיינעם מיט זייערע עלטערן. בדוק ומנוסה!
זוך אויף: perplexus
מיין ווייב האט געקויפט לכבוד פסח פינף שטיק פון די ברעיני מעזעס, שעות אויף שעות הערט מען נישט קיין ווארט, קינדער אלל קיינד אוו עידזשעס!!!
די ביליגערע ווערסיע איז שוין צובראכן, די אנדערע האלטן נאך דערווייל.
אפשר זאגסטו וועלכע איז ביליגער און וועלכע ס'איז טייערער, איך מוז אויך קויפן פאר מיין טאכטער איינס זי האט געבעטן אפיקומן
איך האב שוין געהאט עטליכע וואס האבן זיך גאר שנעל צובראכן
וואס איז מיט דעם
http://www.amazon.com/Perplexus-Maze-Ga ... JFSVHM1RHH
דינסטאג מאי 10, 2011 7:29 pm
דינסטאג מאי 10, 2011 7:32 pm
דו האסט מיך דערמאנט פון מיינע קינדערישע יארן אוי פלעג מען זיצן דערויף אוי אידעס געווען גוטע צייטן
מיטוואך מאי 11, 2011 10:22 am
דאס איז שוין פאר גרעסערע קינדער וועלכע ציען שוין נישט די פארטעך פונעם מאמע.
מיטוואך מאי 11, 2011 10:58 am
ראש האוער האבן זיי שוין.
איך האב עס אויך אויף מיין בלעקבערי, דארט איז עס סאך שווערער..
מיטוואך מאי 11, 2011 1:04 pm
די לינק איז פון די ברענד נעים, אבער פאר די זעלבע פרייז קענסטו עס שוין קויפן לאקעל.
די נאכגעמאכטע אז ס'טראסקעט איז א פראבלעם, די ברענד נעים נישט.
מיטוואך מאי 11, 2011 4:29 pm
bailout האט געשריבן:די לינק איז פון די ברענד נעים, אבער פאר די זעלבע פרייז קענסטו עס שוין קויפן לאקעל.
די נאכגעמאכטע אז ס'טראסקעט איז א פראבלעם, די ברענד נעים נישט.
הייסט עס דאס איז שטערקער ווי דאס וואס מען פארקויפט פאר אונז אידעלעך<?
דאנערשטאג מאי 12, 2011 8:18 am
די געשעפטן האבן ביידע.
דאנערשטאג מאי 12, 2011 9:27 am
נאך עפעס איז דא חוץ ברעיני מעיז?
דאנערשטאג מאי 12, 2011 9:29 am
די אריגינעלע רופט זיך פערפלעקסוס, קוק אויבן.
דאנערשטאג מאי 12, 2011 9:31 am
אקעי האלט מיר אויף א וועג, ברעיני מעיז אדער די אריגינעלע.
איינער האט נאך סוזשעסשונס?
דאנערשטאג מאי 12, 2011 1:08 pm
וואס טוט זיך מיט געימס פאר גרויסע........וועלכע געים איז געשמאק אויפן קאמפיוטער און איז פריי פון אפצאל