עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מאנטאג מאי 09, 2011 2:35 pm
איך האב געקויפט פון גוגל א שטיק צייט צוריק (מסתמה 2 יאר) א וועב נאמען (mymusic.com for example) נאך א שטיק צייט האב איך עס געלאזט לויפן איך האב עס מער נישט געדארפט, למעשה יעצט וויל איך עס צוריק טרעפן ווייסט איינער וויאזוי איך קען אנקומען דערצו?
איך האב מיך פרובירט אריינצוסיינען ביי גוגל אויף
my@mymusic.com אבער עס האט מיר געזאגט אז עס איז נישטא אזא אדרעס.
איך האב געשיקט אן אימעיל פאר גוגל בעטנדיג הילף און קיינמאל נישט באקומען קיין ענטפער.
איך האב זיי אנגערופן, זאגן זיי אז זיי שטעלן נישט צו קיין קאסטומער סערוויס
Advertisement
מאנטאג מאי 09, 2011 5:28 pm
פרוביר צו קויפן נאכאמאל א דאמעין אין טשעק צו דאס איז נאך עוועילעבל.
מאנטאג מאי 09, 2011 5:30 pm
נישט עוועילעבל
מאנטאג מאי 09, 2011 5:34 pm
ביזט זיכער אז דיין אדרעס איז געווען my@? אפשר איז עס געווען admin? אדער עפעס אנדערש, חוץ דעם איז דא א אפשען דארט אויב די האסט פארגעסן דיין פעסס, ניין?
מאנטאג מאי 09, 2011 5:40 pm
www.google.com/a/***mymusic.com**/ForgotAdminAccountInfo
טויש ביי די סטאר צו דיין דאמעין.
עס העלפט דיר?
מאנטאג מאי 09, 2011 8:07 pm
איך האב געמאכט פארגעסן פעססווארט אבער עס זאגט מיר אז ס'איז נישטא אזא אקאונט, אבער ווען איך וויל ברענגען די ספיציפישע אקאונט אנליין אויף גוגל טאלק (די אינפארמעישאן איז שוין אריינגעסעיווט פון פריער איך ברויך נאר מאכן אז עס זאל גיין אנליין) און עס ווערט אנליין און איך קען טשעטן דערויף געהעריג
מאנטאג מאי 09, 2011 9:41 pm
אויב אזוי האב איך עפעס פארדיר וואס וועט אויפדעקן דיין פעסס, ווי דערמאנט
דא.
דינסטאג מאי 10, 2011 12:05 pm
אקעי חברה די מעסס איז גרעסער ווי געמיינט,
איך בין געגאנגען צו דיין לינק און איך האב געמאכט אז איך וויל ריסעטן די פעססוארט, און זיי האבן געזאגט אז זיי גייען שיקן די ריסעט לינק צו די ריקאווערי אי-מעיל, הכלל ווילעך גיין צו די ריקאווערי אי-מעיל זעה איך אז איך האב נישט די פעסווארט פון דארטן אויך נישט (איך וויל סתם ארויספוינטן די גאנצע באלאגאן האב איך געעפנט פאר א פריינד וואס האט געוואלט עפענען א דאמעין נאמען, איך האב איהם געעפנט א אימעיל אדרעסס און דאן א דאמעין נאמען, וועגן דעם האב איך נישט געדענקט אלע פעסווערטער) האב איך געמאכט אז איך וויל ריסעטן די פעסווארט אויף דעם אויך, למעשה געדענק איך נישט וועלכע אימעיל אדרעס איך האב גענוצט פאר די אקאונט, איך האב ב"ה א שפע פון אמעיל אדרעסן איך פיר מיך ווי די זיידעס האבן אונז אויסגעלערנט אויב ס'איז פרי פילט מען אן די טראנק.
העמער זעהן וואס כ'העל טוהן, איך וועל אויסטשעקן די אשכול וואס דו האסט יעצט געגעבן