עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דאנערשטאג מאי 05, 2011 11:41 am
רבותי ווער קען העלפן?
די וואך מאנטיג אהיימקומענדיג פון ארבייט, איך קום זיך אזוי געמיטליך צו פארן צו מיין הויז, איך וויל מיר פארקירן מיין אויטא, אין איך זעהן ווי נישט מער אין נישט ווייניגער א צווייטע קאר פארקירט אין מיין דרייוועי, קודם האב איך געווארט אפאר מינוט, כ'האב געקלערט אז יענער איז מסתמה אריין דא ערגעץ ווי פאר א מינוט אין ער וועט שוין דא זיין, שוין, איך ווארט אין ווארט אין ווארט, איך ווארט נאך היינט, זעעדיג אז עס נעמט נישט קיין עק, בלית ברירה פארקיר איך אויף דער גאס אין איך גיי מיר אריין אין מיין הויז, אין איך האב פארגעסן פון דעם מחוצף וואס פארקט אזוי אויף מיין פארפערטי, מעשה בה"ב.
ויהי למחרת איך שטיי אויף ציפרי אין דער קאר איז נאך אלץ דא, די כעס האט געברענט, איך האב מיך געדארפט איינהאלטן פון אויסשיסן אלע פענסטערס אין רעדער, אבער עפעס האט מיר אויסגעזעהן מאדנע, א קאר אין מיין דרייוועי, א פריוואטע דרייוועי, עס איז געוועהן זייער מאדנע, איך הייב אן רופן שכנים פרעגן ווער עס ווייסט וועמען עס באלאנגט, קיינער ווייסט נישט.
איך האב אנגעהויבן צו באטראכטן די קאר זעה איך צו מיין שאק אז דער קאר האט נישט קיין לייסענס פלעיטס, וויי עס שיינט האט איינער געזוכט ווי אראפצושטעלן זיין נישט רעגערסטרירטע קאר, אין ער האט נישט געפונען קיין בעסער פלאץ ווי ביי מיר אינדערהיים.
רבותי וואס טו איך דא, עס איז שוין כמעט א וואך וואס די געים גייט אן, אין עס זעהט נישט אויס ווי ער פלאנט עס אוועקצונעמען עני טיים סאן, ווי ווערט מען פטור פון אזא אנשיקעניש?
Advertisement
דאנערשטאג מאי 05, 2011 11:47 am
רוף פאליציי אז איינער האט געדאמפט א קאר וואס איז מסתמא גע'גנב'עט אויף דיין פראפערטי, זאלן זיי עס נעמען און אויספארשן.
דאנערשטאג מאי 05, 2011 11:49 am
די קאר קוקט אויס ווי א יודישע קאר, איך וואלט לכתחלה נישט געוואלט מאכן יענעם פראבלעמען, אויב וואלט איך געקענט געוואר ווערען וועמענס עס איז וואלט גוט געוועהן, איז דא א וועג צו דורכן ווין נומער געוואר צו ווערן ווער דער בה"ב דערפון איז?
דאנערשטאג מאי 05, 2011 12:34 pm
אויב דו האסט א חשש אז די קאר באלאנגט טאקע פאר א איד, און די ווילסט נישט יענעם וויי טיען
איז די ביליגסטע און שנעלסטע וועג פטור צו ווערן דערפון, דורוך בעטען א חברים מעמבער מיט א טשען ער זאל דיר ארויסשלעפן, און לאזן אויפן גאס
דאנערשטאג מאי 05, 2011 12:37 pm
קודם קוק אויב די קאר האט נאך די ווין נומער VIN (עס איז אריין געקריצט אויף אן שטיקל אייזן ערגעץ ביי די דרייווער זייט אויף די ווינד שילד) קאל מאטער וויעקיל מיט ד ווין נומבער און זאג זיי די מעשה און זיי זאלען דיר זאגען צו וועם דאס איז געווען רעגעסטרירט (מען דארף האבען געדולד צו ווארטען אויפן טרייבל לאנגע מינוטין) עס איז אויך מעגליך אז דיין P&C אינשורענס אגענט וועט קענען נאכקוקן אן ליין פאר דיר דארוך די ווין נומבער
דאנערשטאג מאי 05, 2011 12:39 pm
די VIN נומער ודארף דיר לכאורה קענען צו פירן צום בעה"ב, אויב די קאר איז געווען געהעריג חעגאל רעגאסטרירט
שינאווער חסיד האט שוין גענטפערט וואס איך האב געוואלט ענטפערן, שוין 2 מאל איז שטערקער
דאנערשטאג מאי 05, 2011 12:51 pm
דארפסט פארשטיין, איך האב שוין כמעט געוואלט רעגיסטרירן די קאר אבער כאב פראבלעמען מיט א נאמען, סא איך ווארט מיין שוואגער זאל אויפגעבן זיין קאר און דערנאך וועט ער מיך לאזן נוצן זיין נאמען פאר מיינס. ער זאגט ס'קען נעמען נאך עטליכע וואכן, דערווייל מוז איך עס ערגעץ פארקן כאף אלס תורה-איד וועסטו עס נישט אוועקטאויען פון דארט. העכסטענס וועל איך דיר צאלן 50 דאלאר.
דאנערשטאג מאי 05, 2011 12:58 pm
פארוואס זאגסטו נישט? רעד, ווען איך זאל וויסן אז סאיז דו, וואלט איך כאטש געהאט אויף וועמען צו שרייען
דאנערשטאג מאי 05, 2011 1:03 pm
לויט די סימנים וואס דו לייגסט אראפ איז מען געקומען אויף דיינע שפירן. די זעלבע גורל טיילט יעצט מיט היימאם על זאווירי, מיך, און נאך אסאך היימישע קאמפיוטער העקערס. סיירענס ידברו.
דאנערשטאג מאי 05, 2011 1:06 pm
גרויזאמער, דארפסט אביסל בעסער מסביר זיין, איך כאפ נאך נישט אלע קרעטשמע דשויקס, איט טעיקס טיים
דאנערשטאג מאי 05, 2011 1:09 pm
רבש"ע, נאכן זיצן א אזוי לאנג אויף האלד ביי מאטאר וויקל, זאגן זיי אז זיי קאנען נישט ארויסגעבן די סארט איפארמעישן, זיי קענען מיר נישט זאגן פאר וועם די קאר באלאנגט.
דאנערשטאג מאי 05, 2011 1:11 pm
ערנסט גערעדט, האסט געטרייט צו געוואויר ווערן אויב עס איז דא זיכערהייט קאמערעס אין די געגנט? מעגליך דיין שכן האט איינס. געווענליך לייזט דאס אלע פראבלעמען.
דאנערשטאג מאי 05, 2011 1:19 pm
איך גלייב נישט אז סאיז דא. איך מיין אז איך גיי רופן פאליציי, כהאב נישט קיין ברירה.
דאנערשטאג מאי 05, 2011 1:32 pm
ביי מיין פריערדיגע וואוינונג האב יאך געהאט א ענדליכע געשיכטע,
יאך האב דאן גערופן פאליציי וועלכע האבן מיר נאר געמאלדן אז עס איז נישט קיין גע'גנב'טע מאשין,
נאך דעטאלן געדענק יאך נישט אצינדער, נאר אז ביז עטליכע טעג, כאשר בא כן הלך.
דאנערשטאג מאי 05, 2011 1:35 pm
זאגסט מיר אז די פאליציי האבן עס נישט אוועקגעפירט? האבן זיי דיר כאטש געזאגט וועמען עס באלאנגט?
דאנערשטאג מאי 05, 2011 1:36 pm
מאך נאר זיכער ארויס צו פרינטן דעם ארטיקל און עס אויף קלעבן אויפן קאר זאל ער כאטש וויסן באישון ליל ווען ער טראגט אפ דערמיט אין וואספארא פעקל ער האט זיך-דיך אריין געלייגט
דאנערשטאג מאי 05, 2011 1:38 pm
ביסט זיכער האסט נישט געוואונען די נייטרא קאר ראפעל?
דאנערשטאג מאי 05, 2011 1:40 pm
Let out the air from the tires lol
דאנערשטאג מאי 05, 2011 1:42 pm
ספאלט מיר ביי אן איידיע, איך גיי רופן חבירים זאלן מיר עפענען די קאר, פון די פענסטער זעה איך א GARMEN GPS, איך גיי עס ארויסנעמען, אין לייגן א צעטיל מיט מיין פאון נומער, ער זאל מיך רופן טאמער ברויך ער עס צוריק, דעמאלטס וועל איך אים געבן צום געדענקן.
דאנערשטאג מאי 05, 2011 1:42 pm
הערליך האט געשריבן:זאגסט מיר אז די פאליציי האבן עס נישט אוועקגעפירט? האבן זיי דיר כאטש געזאגט וועמען עס באלאנגט?
אוועק געפיהרט האבן זיי עס זיכער נישט, מער דעטאלן שפעטער אי"ה.
דאנערשטאג מאי 05, 2011 1:45 pm
צום זאך האט געשריבן:ביסט זיכער האסט נישט געוואונען די נייטרא קאר ראפעל?
אוי ביסטו גוט, כהאב שיעור פארגעסן אז איך רעג מיך
דאנערשטאג מאי 05, 2011 1:46 pm
לייג ארויף א סיין
וויהעקעל וויל בי טויעד עט אוינערס עקספענס
דאנערשטאג מאי 05, 2011 1:51 pm
רבתי די סטראשע האט געהאלפן, דער חכם האט אפאר מינוט צוריק אוועקגענומען דעם קאר.
דאנערשטאג מאי 05, 2011 1:53 pm
ס'ט אים געזען?
דאנערשטאג מאי 05, 2011 2:02 pm
איך האף אז ער האט דיר בייצאלט פארן ניצען דיין פראפערטי