עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מאנטאג מאי 02, 2011 11:23 am
איך האב לעצטענס רינאוט מיין פאספארט, וואס געווענליך דארף עס נעמען בערך 6-8 וואכן אנצוקומען אויפן רעגולער וועג, למעשה קען זיין איך דארף עס פריער, איז דא א וועג צו מאכן אויף די מינוט א נייע
ווי אויך קען איך ערגעץ טרעקן צו זען ווי ס'האלט און ווען ס'דארף אנצוקומען<?
Advertisement
מאנטאג מאי 02, 2011 11:29 am
דא קענט איר טשעקן די סטעטאס
http://travel.state.gov/passport/status ... _2567.htmlווי אויך איז דא א פאוין נומער ווי מען קען אריינרופן אין נאך ווארטן א שעה צוויי אין קומסט אן צו מענטש קענסטו בעטן מען זאל עקספעדייטן, עס קאסט אפאר דאלאר
מאנטאג מאי 02, 2011 12:42 pm
יישר כח הערליך
מאנטאג מאי 02, 2011 9:10 pm
מיר האבען באשטעלט א פאספארט פאר 3 מיט א האלבן וואך צוריק, עס האט גענומען אקוראט 3 וואכען פון ווען איך האב אריינגעווארפען די אפליקאציע אין פאסט קעסטל ביז דער פאספארט איז געווען אין מיין פאסט קעסטל במלוא יפיו והדרו, איך האב פארלאנגט געווענליכע סערוויס, נישט עקספעדייטעט
מיטוואך מאי 04, 2011 11:07 am
דאס איז א זעלטענע זאך לפי ידעתי,
ווי האסטו עס אריינגעגעבן?
איז א נייע עפליקעישן אדער א רינאויעל?
מיטוואך מאי 04, 2011 11:26 am
ער זאגט דאך אז ער האט עס אריינגעווארפן אין פאסט קעסטל, אם כן איז דאס רינועל.
אבער ס'כאפט נישט קיין חילוק א נייע קען אויך געדויערן נישט לענגער ווי 3-4 וואכן, עס איז אבער נישט כדאי זיך צו פארלאזן דערויף.
פרייטאג מאי 06, 2011 12:18 pm
נו שוין אנגעקומען?
---
בדידי הוה עובדא... עס איז אנגעקומען א נייע פארפארט געמאכט אין פאסט אפיס און ממש א וואך צוויי. כ'דענק נישט פונקטליך. עס איז געווען רעגולער נישט עקספעדייט.
מאנטאג מאי 16, 2011 12:37 pm
בדידי הוה עובדא אז כהאב באצאלט 72$ פאר עקספדייד פי און זיי האבן עס גענומען אין באקומען האב איך עס שפעטער
מאנטאג מאי 16, 2011 1:23 pm
ב"ה מיין פאספארט איז שוין אנגעקומען פאריגע וואך, דאס מיינט אין ווייניגער ווי 4 וואכן
מאנטאג מאי 16, 2011 1:27 pm
אגב אורחא, מיין פאספארט דארף אפלויפן אום אוגוסט פון יארע 2012, ווען איז די צייט צו באנייען?
ואגב דאגב, מיין אידענע האט געמאכט א ספעציעלן פאספארט איי-די, צו קענען פארן קיין קאנאדא. אבער מאיזה סיבה שהוא האבן די אינסטאנצן געשריבן אויפן קארטל אז זי איז געבוירן א יאר שפעטער. איז עס א פראבלעם צו טרעוולען אזוי?
מיטוואך מאי 18, 2011 1:33 pm
מסתם נישט (חוץ אויב עס מאכט איר ווייניגער ווי 18 יאר)