Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

בעיבי פארמולע - כשר לפסח

דאנערשטאג אפריל 14, 2011 9:29 am

אלע יאר פלעג איך קויפן מטרנה בעיבי פארמולע פאר פסח מיטן הכשר פון עדה החרדית. (סאיז קטניות).
היי יאר איז - ווי באקאנט - נישטא צו באקומען (דא אין אמעריקע עכ"פ) די מטרנה פראדוקטן.
סאיז דא סימילעק כשר לפסח מיטן הכשר פון צעהלים'ער רב שליט"א, אבער סאיז מילכיג. פאר מיין בעיבי איז נישט גוט קיין מילכיגס.

האב איך געוואלט פרעגן צו ווער עס האט אן השגה וועלכע "בעיבי פארמולע" נישט מילכיג'ע איז כשר לפסח.

Advertisement

דאנערשטאג אפריל 14, 2011 9:32 am

וואס גייט פאר? פארוואס טאקע איז נישטא צו באקומען די מטרנה פון א"י?

דאנערשטאג אפריל 14, 2011 9:35 am

אלף בית האט געשריבן:אלע יאר פלעג איך קויפן מטרנה בעיבי פארמולע פאר פסח מיטן הכשר פון עדה החרדית. (סאיז קטניות).
היי יאר איז - ווי באקאנט - נישטא צו באקומען (דא אין אמעריקע עכ"פ) די מטרנה פראדוקטן.
סאיז דא סימילעק כשר לפסח מיטן הכשר פון צעהלים'ער רב שליט"א, אבער סאיז מילכיג. פאר מיין בעיבי איז נישט גוט קיין מילכיגס.

האב איך געוואלט פרעגן צו ווער עס האט אן השגה וועלכע "בעיבי פארמולע" נישט מילכיג'ע איז כשר לפסח.


"Good start" עס אבער נאר א "OU".

דאנערשטאג אפריל 14, 2011 9:38 am

אויך אויך פסח?

לגבי א גאנץ יאר האב איך געזעהן א מעלדונג פון ועד הכשרות קרית יואל אז אלע פארעווע פאודער קען מען ניצן. אבער אויף פסח ווייס איך נישט.

דאנערשטאג אפריל 14, 2011 9:45 am

איך האב אנגערופן די "OU" און זיי האבן געזאגט אז עס כשר לפסח.

דאנערשטאג אפריל 14, 2011 9:49 am

באמבאסטיש האט געשריבן:וואס גייט פאר? פארוואס טאקע איז נישטא צו באקומען די מטרנה פון א"י?


די FDA לאזט דאס נישט אריין

דאנערשטאג אפריל 14, 2011 10:33 am

די פראבלעם מיט מטרנה איז א שטות,
די געזעץ איז אז א יעדע פראדוקט וואס ווערט פארקויפט אין די פאראייניגטע שטאטן מוז האבן ענגלישע בוכשטאבן, און דאס האט נישט.

דאנערשטאג אפריל 14, 2011 12:31 pm

אלף בית האט געשריבן:סאיז דא סימילעק כשר לפסח מיטן הכשר פון צעהלים'ער רב שליט"א, אבער סאיז מילכיג.

נישט פון צעהלימער רב שליט"א, נאר פון א צעהלימער דיין הרב גרינוואלד. (אגב, די איבריגע דשעי דשעי פראדוקטן זענען לא זו ולא זו, אלא בשם בד"ץ צעהלים בלי שם, וסאמטינג פישי טו מי...)
אלף בית האט געשריבן:אויך אויך פסח?

לגבי א גאנץ יאר האב איך געזעהן א מעלדונג פון ועד הכשרות קרית יואל אז אלע פארעווע פאודער קען מען ניצן. אבער אויף פסח ווייס איך נישט.


או יו איז באגלייבט אויף כשר לפסח. (פאר קינדער, וואס מעגן קטניות).

אגב, די מילכיגע פון גוד סטארט איז אסור צו נוצן. (חלב סתם).


אפדעיט פון ארונטער אינעם בלאט:

טעות לעולם חוזר!!!

כהאב איבערגערעדט מיט א מומחה גדול בעניני כשרות, און ער זאגט אז חלילה צו זאגו אז אויף חמץ זאל מען זיך פארלאזן אויף או. יו., ווייל זייערע פארשידענע קולות שונות ומשונות אשר אין רוח חכמים נוחה הימנו, קען צוברענגען צו שאלות חמורות מאוד מאוד, און חמץ בפסח וואס מיר זענען אזוי נזהר, טארן מיר זיכער נישט נוצן קיין או. יו.

אויסער אויב מען האט א ספעציפישע הסכמה פון א בעל מכשיר אויף א געוויסע אייטעם בפרטיות.
לעצט פאראכטן דורך עמקות שלמה אום פרייטאג אפריל 15, 2011 9:39 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דאנערשטאג אפריל 14, 2011 12:38 pm

דא רעדט מען ארים פון די נושא

וואס האסטו געניצט ביז פסח?

דאנערשטאג אפריל 14, 2011 1:33 pm

א גאנץ יאר ניץ איך GOOD STARED מיט א OU (נישט אלע האבן).
אבער אויף פסח האב איך געוואלט וויסן וועלכע סאיז כשר לפסח.

א יישר כוח פאר אלע מגיבים, לויטן פלאן וועל איך אי"ה טאקע ממשיך זיין פסח מיט GOOD STARED

פרייטאג אפריל 15, 2011 9:38 am

עמקות שלמה האט געשריבן:או יו איז באגלייבט אויף כשר לפסח. (פאר קינדער, וואס מעגן קטניות).

אגב, די מילכיגע פון גוד סטארט איז אסור צו נוצן. (חלב סתם).

טעות לעולם חוזר!!!

כהאב איבערגערעדט מיט א מומחה גדול בעניני כשרות, און ער זאגט אז חלילה צו זאגו אז אויף חמץ זאל מען זיך פארלאזן אויף או. יו., ווייל זייערע פארשידענע קולות שונות ומשונות אשר אין רוח חכמים נוחה הימנו, קען צוברענגען צו שאלות חמורות מאוד מאוד, און חמץ בפסח וואס מיר זענען אזוי נזהר, טארן מיר זיכער נישט נוצן קיין או. יו.

אויסער אויב מען האט א ספעציפישע הסכמה פון א בעל מכשיר אויף א געוויסע אייטעם בפרטיות.

זונטאג מאי 08, 2011 12:52 am

עמקות שלמה האט געשריבן:נישט פון צעהלימער רב שליט"א, נאר פון א צעהלימער דיין הרב גרינוואלד. (אגב, די איבריגע דשעי דשעי פראדוקטן זענען לא זו ולא זו, אלא בשם בד"ץ צעהלים בלי שם, וסאמטינג פישי טו מי...)

קאן זיין פאר די זעלבע אורזאך פאר-וואס א געוויסע פירמע פון טשאקאלאד [מילכיגע און פארעווע]
האט די הכשר פון דעם בי"ד פון דעם שטאט און נישט פון א ספעציפישן רב.

זונטאג מאי 08, 2011 12:20 pm

עמקות שלמה האט געשריבן: (אגב, די איבריגע דשעי דשעי פראדוקטן זענען לא זו ולא זו, אלא בשם בד"ץ צעהלים בלי שם, וסאמטינג פישי טו מי...)

לפי ידיעתי הפעוטה, איז דאס דער ריטיגער וועג פון געבן הכשרים, אז עס גייט דורך קהלס קאסע און נישט צום רב פריוואט, און דאס איז געווען לויט וויפיל איך ווייס דער אויפטוה פון מייסד הקהלה הגה"צ מצעהלים זצ"ל.
אויב איינער ווייסט פארקערט קען ער ענטפערן, און אויב רעדט ער דברים של טעם וועל איך מקבל זיין בל"נ, כי כל זה הוא רק לפי ידיעתי כנ"ל.
שרייב א תגובה

Advertisement