Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דאנערשטאג נובמבר 01, 2012 1:33 pm

יעצט אנגעקומען געז ביי exxon אויף יוניאן ביי מעיפל! לויפט און כאפט!

Advertisement

זונטאג נובמבר 11, 2012 10:36 pm

ווייסט אפשר עמיצער ווער ס'פאררעכט סעללפאון'ס אין מאנסי?

דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 8:22 pm

וועלכע רעסטוראנטן אין מאנסי האבן א פרומע חסידישער הכשר?

דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 9:37 pm

אין 'ווינקל' פון מאנסי: דזשערוזעלעם - סאכדעס [נישט די ניק]

דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 10:00 pm

יישר כח!

----
ס'איז דא נאך?

ווער גיבט די השגחה אויף די רעסטוראן נעבן ראקלענד כשר?

דאנערשטאג דצמבר 20, 2012 6:29 pm

גוט צו וויסן... אין ר' יחזקאל גאלד'ס ביהמ"ד אויף סעדך ריווער ביי לאנצהוט דאווענט מען מנחה פארן צאת הכובבים און פארקינג איז דא גענוג...

דינסטאג ספטמבר 10, 2013 3:36 pm

איך בין פשוט דשעלעס פון די שטאטישע וואוטען אשכולות מילא ברענג איך ארויף דעם אשכול אלס א דערמאנונג פאר די מאנסיע צו גיין וואוטען היינט..
אגב, האט איינער באמערקט דעם שחור וואס איז היינט ארומגעפארן אין די בעק פון א פיקאפ-טראק מיט א מייק אין די האנט? איך בין שטארק נייגעריג וואס ער האט געזאגט, האט ער אפשר אינדארסירט יוסל גראס?

דינסטאג ספטמבר 10, 2013 3:39 pm

תרנגולי, דער היימישער עולם אין מאנסי שטימט פאר גראס?

דינסטאג ספטמבר 10, 2013 3:43 pm

גראס לויפט אלס קאנדידאט צו דעם מעיאר אמט פון ספרינג וואלי.

וויזניץ שטימט זיכער נישט פאר אים.
אומאפציעל מטעם הקהלות והמוסדות האט מען אינדארסירט איינע פון די שחורטעס (דזשעסמין).

דינסטאג ספטמבר 10, 2013 3:50 pm

פארוואס שטימען נישט אלע חרידי'שע אידן פון מאנסי פאר'ן חרידי'שן קאנדידאט?

דינסטאג ספטמבר 10, 2013 3:53 pm

ר' יצחק האט געשריבן:אומאפציעל מטעם הקהלות והמוסדות האט מען אינדארסירט איינע פון די שחורטעס (דזשעסמין).

נישט געזעהן אין ערגעץ אזא צעטל. וואס איך האב יא געזעהן איז א צעטל - נישט אונטערגעחתמ'ט פון קיינעם - צו וואוטן פאר דשעסמין אלס הכרת הטוב.

דינסטאג ספטמבר 10, 2013 4:01 pm

כ'בים גיווען א פאר וואבען צוריק ביי א קרוב אין SPRING VALLEY אין ג'זעהן אויף דעם טיש א סליחות במתנה
פון דעם היימישען קאנדידאט פאר מעיאר
זאגו מיר מיין קרוב אז ער האט 'שטארקע ספיקות צי ער זאל שטימען פאר אים
צי מען זיכט זיך ניט קאפוויטאג
דער מינדעסטער טעות קען ח"ו אנארבעטען מער העצעריי ווי טובה

דינסטאג ספטמבר 10, 2013 4:19 pm

תרנגול האט געשריבן:
ר' יצחק האט געשריבן:אומאפציעל מטעם הקהלות והמוסדות האט מען אינדארסירט איינע פון די שחורטעס (דזשעסמין).

נישט געזעהן אין ערגעץ אזא צעטל. וואס איך האב יא געזעהן איז א צעטל - נישט אונטערגעחתמ'ט פון קיינעם - צו וואוטן פאר דשעסמין אלס הכרת הטוב.

37 חתימות אויף דעם צעטל וואס ליגט יעצט פאר מיינע אויגן.

דינסטאג ספטמבר 10, 2013 4:20 pm

דו מיינסט די צעטל פון אלע מנהלי המוסדות? איך האב געזעהן אזא צעטל וואס אינדארסירט אילן שאהנבערגער אלס קאונטי עקזעקוטיוו אבער נישט צו אינדארסירן דשעסמין, מעגליך אז ס'דא נאך איינס.

דינסטאג ספטמבר 10, 2013 6:31 pm

וויזניץ רב שליט"א האט געלאזט אויסרופן אז מען זאל נישט שטימען פאר קיין איד אין די וואלן פאר ספרינג וואלי מעיאר

דינסטאג ספטמבר 10, 2013 6:37 pm

די לעצטע יארן האט ער אנגענומען א שטעלונג אז אידן נישט בעסער זייערע אייגענע אינטערעסן, עיין ערך סקול באורד.

צו ער איז גערעכט צו נישט, יש לדון.

דינסטאג ספטמבר 10, 2013 7:05 pm

ר' יצחק האט געשריבן:די לעצטע יארן האט ער אנגענומען א שטעלונג אז אידן נישט בעסער זייערע אייגענע אינטערעסן, עיין ערך סקול באורד.

צו ער איז גערעכט צו נישט, יש לדון.

דער הסבר דערצו איז זייער זייער פשוט, ווי איינער האט שוין דא אויבן דערמאנט, אז א איד קען גארנישט טון אנדערש פונעם הודערט פראצענטיגן געזעץ, ווייל היות ער איז א איד זוכט מען אים צו כאפן ביי יעדע קלייניקייט, משא"כ א גוי [און נאך דערצו א שווארצע] קען [און האט] געטון פולע טובות פאר די אידן אזוי אומבאמערקטערהייט!
אחוץ דעם קען עס זיין געפערליך ווען די איד פירט דורך עפעס לטובת די אידן וואס שטערט פאר די גויים, זיי קומען פראטעסטירן [עי' ערך סקול בארד] און עס איז א שרעקליכע חילול קברים... אופס... חילול ה'!

דינסטאג ספטמבר 10, 2013 8:17 pm

Poster2.jpg

דינסטאג ספטמבר 10, 2013 9:01 pm

נו ווי האלט עס? האט עס שאהנבערגער געמאכט?

דינסטאג ספטמבר 10, 2013 9:10 pm

קאונטי עקזעקיטיוו.

פריד 66%
שאנבערגער 34%
(7% באריכטעט)

דינסטאג ספטמבר 10, 2013 9:11 pm

תרנגול האט געשריבן:נו ווי האלט עס? האט עס שאהנבערגער געמאכט?

שרייבט מער איינער אין טאלק אזוי:

נעכט איז פארגעקומען א צאמקום לכבוד ר' אילן שטיינבערגער פאר די קינדער, און נאך די דרשות האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א הילכיגן געזאנג איבערן ניגון פון אילן אילן...

דינסטאג ספטמבר 10, 2013 9:18 pm

אין די פאוסטערס פאר שאהנבערגער איז דעשטאנען ביים לאגא אילן אילן במה אברכך..

דינסטאג ספטמבר 10, 2013 9:18 pm

דא
עטעטשמענטס
אילן.JPG

דינסטאג ספטמבר 10, 2013 9:21 pm

משוגע מטורע כי לעולם חסדו.

דינסטאג ספטמבר 10, 2013 9:23 pm

לכתחילה, די ווערטער "דער קאנדידאט אילן פארשפרעכט א שנה טובה ומתוקה פאר אלע איינוואוינער אין ראקלענד קאונטי" פארשטייסטו יא?
שרייב א תגובה

Advertisement