Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

Emergency Heap

מיטוואך אפריל 06, 2011 4:29 pm

ביז ווען קען מען עפלייען פאר עמערג'נסי היפ Emergency Heap דעי יאר 2011????

Advertisement

מיטוואך אפריל 06, 2011 5:14 pm

ווילעדש אף קעי.זשעי האט געמאלדן די וואך אז מען קען ווידער אפלייען פאר עמערזשענסי היעפ אפילו מען האט שוין איינמאל באקומען דעם ווינטער. עוועילעבל ביז may 15

מיטוואך אפריל 06, 2011 6:31 pm

לכבוד מוטשע נישט: א גרויסען ישר כח!!! סוי... ביז מאי 15 יא?

מיטוואך אפריל 06, 2011 6:38 pm

איינער ווייסט וויפיל זיי גיבן איצטערט? (מ'האמיר שוין ארויסגענומען 450 רעגולערע הילף, 560 ערשטע עמערדזשענסי הילף, איצט זעט אויס אז מען וועט האפנטליך קענען קאווערן ביזן נעקסטן ווינטער סעזאן... זומער צאל איך גאנץ ווינציג).

מיטוואך אפריל 06, 2011 9:42 pm

5 מאל האט געשריבן:לכבוד מוטשע נישט: א גרויסען ישר כח!!! סוי... ביז מאי 15 יא?


אזוי זאגן זיי.

מיטוואך אפריל 06, 2011 9:48 pm

http://otda.ny.gov/programs/heap/

מיטוואך אפריל 06, 2011 11:08 pm

אריין אין ולאחיו יאמר חזק.

דינסטאג אפריל 12, 2011 1:45 pm

מאנכע פרעגן אהן אויב די צווייטע עמערדזשענסי היעפ איז אויך פאר ראקלענד קאונטי.

ווילן מיר דערמיט מעלדן, אז יא, אויך אין ראקלענד קען מען ווידער אמאל אפלייען דערפאר. די נומער אריין צו פעקסן דעם "רויטן בילל" איז 364-3089, עטענשאן מרס. קאנקלין, ארויף שרייבן דעם "אקטן נומער", און מיטשיקן דעם שפעטסטע באנק סטעיטמענט.

אבער: זיי וועלן אייך נאר שענקן די היעפ אויב האט איר נאכנישט עספיעט צו פיילן אדער באקומען דעם טעקס ריפאנד, און אז איר האט נישט די נויטיגע געלט אין באנק צו דעקן די בילל.

אויב קענט איר זיי אויף ווייזן אז איר האט גענוצט די טעקס ריטוירן פאר נויטיגע זאכן ווי צב"ש באצאלן רענט אדער אנדערע וויכטיגע ביללס, און איר האט די רעסיטס דאן קען זיין אז זיי וועלן זיך רעכענען דערמיט, אבער נאר אויב דאס שטייט בעפאר די וויכטיקייט פון באצאלן די יוטיליטיס.

עס איז כמעט אוממעגליך צו דערגרייכן מרס. קאנקלין אויף איר נומער 364-3096 דערפאר זאל מען רופן או ענד אר צו דערוויסן אויב האט היעפ זיי אריין גערופען. אויב ענטפערט או ענד אר אז זיי האבן נישט באקומען קיין טעלעפאן רוף פון זיי און איר קענט נישט דערגרייכן היעפ, דאן שרייבט צו מיר אין אישית, אדער אויף benbeezee@gmail.com.

איך האף אז דאס איז אייך בייהילפיג.

דינסטאג אפריל 12, 2011 1:48 pm

אויב האב איך ביז היינט באצאלט געהעריג מיינע בילס, קען איך עס אויך באקומען?

מיטוואך אפריל 13, 2011 12:44 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:אויב האב איך ביז היינט באצאלט געהעריג מיינע בילס, קען איך עס אויך באקומען?

איר מוזט האבן א רויטן ביל (final extermination notice) פון או ענד אר כדי צי געניסן פון די עמערג'ענסי היעפ!!!!
שרייב א תגובה

Advertisement