עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דינסטאג אפריל 05, 2011 1:00 am
אין אן אנדער אשכול איז אויפגעברענגט געווארן א פראגע אויב לאזט מען די קינדער הערן דעם נייעס האטליין איבער וואס גדולי ישראל האבן דאס שוין אויסגערימט כמה פעמים, דאס איז דער קול מבשר.
אוודאי זענען דא וואס זענען דערקעגן און קלערן אז דאס וועט ארונטערברענגען די הייליגע מוחות פון די טייערע קינדערלעך שלא טעמו טעם חטא וטעם היימישע צייטונגען שהם מלא וגדוש בלשה"ר ורכילות.
אלנפאלס, מיין נושא איז דא אויב קען מען הייסן קינדער סיי וואס מען האלט אז ס'נישט פאר זיי, און זיין זיכער אז זיי וועלן פאלגען.
איז דא א גוטער וועג דאס צו אינפארסירן, און זיי קלאר שטעלן אז דאס איז נישט פאר זיי אפי' ווען אנדערע קינדער אין זייער קלאס טוען אנדערש?
מיר זעט אויס אז ס'דארף קענען ארבעטן.
מיינס א קינד ווען ער איז געווען אזוי יונג ווי 6 יאר האט ער עפעס איינמאל זיך דערוואוסט דעם נומער פון קול מבשר און איך האב נאך אפילו נישט רעכט דורכגעטראכט אויב זאל איך נישט לאזן הערן דעם האטליין וואס איז אין מיין דיין'ס אויגן א הצלה פאר כלל ישראל, אבער אז ער זאל מיר ביזי מאכן דעם טעלעפאן כסדר איז נישט פאר מיינע נערווען האב איך אים זייער שנעל קלאר געמאכט אז דער נומער איז נישט פאר אים צו ארויסקאלן און ביי דעם האט זיך עס געענדיגט.
Advertisement
דינסטאג אפריל 05, 2011 1:08 am
לדעתי איז א יעדע קינד אנדערש, מען קען נישט זאגן מען ברויך זאגן פאר'ן קינד דאס און דאס...
יעדער ברויך צי קענען זיין קינד און לויט דעם האנדלען ווייטער.
דינסטאג אפריל 05, 2011 1:11 am
נאך א ביישפיל וואס ווייזט מיר אז מען קען זיי אויסלערנען צו פאלגן וואס מען הייסט זיי.
איך האב זיך גאנץ שפעט דערמאנט און ממש לעצטנס, מיט עטליכע חדשים צורים האב איך גערעדט צו מיינע טייערע נשמהלעך איבער פארשידענע הכשרים וואס איך האלט אז ס'נישט פאר אונזער הויז געמאכט, און איך וויל נישט אז זיי זאלן עסן דערפון.
דערציילט מיר מיין ווייב אז זי האט שוין כמה פעמים און בפרט יעצט ביי די פורים צוזאמקונפטן, ווי די קינדער רעדן דורך צווישן זיך און באטראכטן יעדע נאש אויב ס'האט די השגחה וואס מיר נעמען אריין ביי אונז אין שטוב.
איך מוז צולייגן אז איך בין העט ווייט פון א גוטער מחנך און אין פארשידענע אנדערע אספעקטן אין מיין חינוך מוטשע איך זיך ביטערליך!
דינסטאג אפריל 05, 2011 2:36 am
קינדער ווייס איך נישט.
אבער קענען טאטעס פאלגן וואס מען הייסט זיי?
דינסטאג אפריל 05, 2011 9:09 am
ארט און מוזיק האט געשריבן:לדעתי איז א יעדע קינד אנדערש, מען קען נישט זאגן מען ברויך זאגן פאר'ן קינד דאס און דאס...
יעדער ברויך צי קענען זיין קינד און לויט דעם האנדלען ווייטער.
אוודאי איז יעדעס קינד אנדערש און צו יעדן נפש דארף מען גיין מיט א צווייטן צוגאנג. דאס איז געזאגט געווארן ביי אלעם אין חינוך.
ס'איז אבער דא כללים וואס צו זיי דארף מען זיך האלטן און אזוי קען מען בעזהשי"ת האבן געוואונטשענע רעזולטאטן.
איך האב געזען ביי די אויבנדערמאנטע פעלער און ביי סיי וואס איך האב געוואלט איינפעדעמען ביי מיינע קינדער אז זיי זאלן פאלגן, אז איינמאל איך מאך אפ א זאך וואס כ'וויל מען זאל מיר פאלגן, וועט זיי נישט העלפן קיין שום מוטשערייען, וויינערייען און איך וועל זיך נישט רירן פון מיין באשלוס.
דאס קען אבער ארבעטן בלויז אויב די בני בית איז מיט מיר אויף איין בלעטל. אנדערש וועט אבער זיין ווען זי וועט נאכלאזן... און מחנך זיין אן עדאלט איז היבש שווערער ווי די ווייכע קינדערלעך.
דינסטאג אפריל 05, 2011 9:10 am
שוועמל האט געשריבן:קינדער ווייס איך נישט.
אבער קענען טאטעס פאלגן וואס מען הייסט זיי?
די שאלה איז, ווער זענען די וואס הייסן זיי? די פאשקעווילן שרייבער?
דינסטאג אפריל 05, 2011 3:43 pm
קינדער שעצן זיכערהייט, און זיי קוקן ארויף אויף זייער טאטן, און אויב דער טאטע איז הונדערט פראצענט זיכער מיט וואס ער הייסט דעם קינד, שפירט דער קינד א רואיגקייט און א זיכערקייט דערמיט, און ער וועט געווענליך פאלגן.
עס איז דא שווערע קינדער, וואס צו זיי דארף מען נוצן אנדערע מיטלען זיי אויסצולערנען, און מען קען מיט זיי קיינמאל נישט זיכער זיין אז זיי וועלן פאלגן ווען די עלטערן זעהן נישט.