Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פסח'דיג מאכן דעם סעלפאן

מאנטאג אפריל 04, 2011 7:15 am

מנהג ישראל קדושים אז אויף פסח נוצט מען אן אנדער טעלעפאן, אדער ווייניגסטנס - נאכ'ן גוט אויסרייניגן - באדעקט מען דעם גאנץ-יעריגן טעלעפאן מיט זילבער פאפיר וכדו'. און מען וואשט זיך די הענט נאכ'ן עס אנרירן.
לענינינו, די שאלה דרוקט מיר שוין עטליכע יאר, מיט די סעליולער טעלעפאנען בתוך מקום שידו מגעת, און עס ווערט גענוצט בשעת סעודה, וואס טוט מען אום פסח, האט איר אן אנדער סעל? אויב נישט, וויאזוי מאכט איר פסח'דיג אייער גאנץ-יעריגער? באדעקט איר דאס?

Advertisement

מאנטאג אפריל 04, 2011 8:55 am

פאריאר האט מען גערעדט דערפון (אויב נישט דא ערגעץ אנדערש) אסאך רעפן עס אריין אין סערן רעפ, (מ'האמיר עס אויך זוי געטאן) אנדערע נוצן עס נישט גאנץ פסח. אפשר שוין צייט פאר נר מצוה ארויסצוגעבן עפעס מער פראפעשענעל.

וואסי איין וואך אן א סעלפאן?!...

מאנטאג אפריל 04, 2011 9:04 am

מ'דארף נישט פסח'דיג מאכן. די ווייבער זענען עס סיי-ווי בודק יעדע נאכט...

מאנטאג אפריל 04, 2011 9:06 am

מאשקע; נאדיר א גרינע אגודל ;l;p-

מאנטאג אפריל 04, 2011 9:47 am

כא כא כא מאשקע!!!

מאנטאג אפריל 04, 2011 10:01 am

כא כא כא מאשקע!!! יו מעיד מיי דעי!!!!

מאנטאג אפריל 04, 2011 11:27 am

צוריקצודרייען דעם שמועס (נישט אז מאשקע איז נישט היסטעריש און הילעריוס), מען פירט זיך דאס אדורכצוגיין מיט א פייכטע שמאטע, און מיט די נעגל קראצט מען ארויס די שטויב פון די חורין וסדקין.

און פסח נוצט מען דאס נישט ביים עסן, און מען לייגט דאס נישט אויף א פסח'יג פלאץ.

מאנטאג אפריל 04, 2011 11:45 am

קהת האט געשריבן:כא כא כא מאשקע!!!

איך פרוביר עס אויסצופוצן, און איך וויקל עס איין אין סערן רעפ.

מאנטאג אפריל 04, 2011 11:56 am

עס איז דא מענטשן וואס ניצען א גאנץ יאר אזא גלאזענע (פלעסטיג) האלטער פאר די בלעק בערי, איינער ווייסט עפשר ווי מען קען דאס באקומען ?

מאנטאג אפריל 04, 2011 12:10 pm

ביי עני סטאר וואס פארקויפט סעלפאון עקסעסאריס
אדער ביי אייער לאקאלען פעדלער אין פארענט פון אייער שול
לעצט פאראכטן דורך ים רויבער אום מאנטאג אפריל 04, 2011 1:04 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג אפריל 04, 2011 12:15 pm

מ'פיץ מיר עס גוט אפ ביי שריפת חמץ, פסח ניצט מען עס נאר לצורך גדול. ע"פ רוב בלייבט עס אין די וואכנ'דיגע טאש ביז אסרו חג.

מאנטאג אפריל 04, 2011 3:57 pm

די שאלה דארף געפרעגט ווערן מיט וועליכע סעלפאון איר באניצט זיך, ס'דא פון די סארט וואס וועט מילא בלייבן חמץ, ודינם בשריפה, אבער סתם סעלפאונ'ס מיט וואס מיר באניצן זיך שאקעלט מען אויס און מ'ווישט עס אביסל ארום. און ביי דע וועי, כ'פלאן עס היי יאר נישט צו עסן מיין סעל אין פסח, מילא איז נישט אזא פראבלעם.

מאנטאג אפריל 04, 2011 5:16 pm

שמעלקא ביזט נאך דא...?
שלום עליכם!
דער אשכול האט זיך שוין אויסגעצאלט.

מאנטאג אפריל 04, 2011 11:16 pm

קרעמער האט געשריבן: פסח נוצט מען דאס נישט ביים עסן, און מען לייגט דאס נישט אויף א פסח'יג פלאץ.

מאנטאג אפריל 04, 2011 11:20 pm

א פאסיגע תגובה פון שמעלקא לכבוד'ן זיין צוריק קומען נאך זיין אפוועזנהייט פון עטליכע חדשים.

דינסטאג אפריל 05, 2011 11:53 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:די שאלה דארף געפרעגט ווערן מיט וועליכע סעלפאון איר באניצט זיך, ס'דא פון די סארט וואס וועט מילא בלייבן חמץ, ודינם בשריפה, אבער סתם סעלפאונ'ס מיט וואס מיר באניצן זיך שאקעלט מען אויס און מ'ווישט עס אביסל ארום. און ביי דע וועי, כ'פלאן עס היי יאר נישט צו עסן מיין סעל אין פסח, מילא איז נישט אזא פראבלעם.


פיינגעזאגט!

שמעלקא מיר האבן זיך געבענקט.

פרייטאג אפריל 22, 2011 10:22 am

לאז געמאכט האט געשריבן:אסאך רעפן עס אריין אין סערן רעפ, (מ'האמיר עס אויך זוי געטאן).

איזעי האט געשריבן:איך פרוביר עס אויסצופוצן, און איך וויקל עס איין אין סערן רעפ.

ישר כח, וכן נהגתי, איך האב איינגעוויקלט די היים-טעלעפאנען און דעם סעל, אין סערען רעפ.
שרייב א תגובה

Advertisement