עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
זונטאג אפריל 03, 2011 12:13 pm
איך בין נישט אינטרעסירט דא בכלל מאריך צו זיין איבער דעם נושא, און נישט מחדש צו זיין קיין חידושים, איך וויל נאר זאגן איין ווארט, ווען איך האב די ערשטע מאל געהערט אויף קול מבשר (באפאלט'ס מיך נישט...) אז הרב וואזנער האט גע'פסק'נט אז מ'ברויך פארלעשן דעם סעלפאן פאר מ'הייבט אהן צו דאווענען, האב איך מקבל געווען אויף מיר אויסצופאלגן דעם הוראה און טאקע זייט דעמאלטס ווערט מיין פאון פארמאכט גלייך ווען איך קום אריין אין ביהמ"ד. רבותי וואס זאל איך ענק זאגן, די לעצטע צוויי דריי וואכן האט זיך מיין דאווענען דראסטיש געטוישט, איך האב עפעס אזא מין געפיהל פון רוהיגקייט און שלוות הנפש, ס'האט זיך בעסער אינזינען פירוש המלות וכו'. איך זאג ענק ס'לוינט זיך א פראביר צו טוהן.
Advertisement
זונטאג אפריל 03, 2011 3:28 pm
אז מרעדט שוין... אויב איינער וואלט געקענט ארויפלייגן דעם פסק דין, כ'קען באשטיין עס צו זען.
מאנטאג אפריל 04, 2011 10:58 am
דעם פסק דין אליינס האב איך נישט געזען, אבער איך האב געזען א פלאקאט אין ביהמ"ד, איך געדענק נישט דעם גאנצן נוסח, אבער אינמיטן איז געשטאנען:
חובה
אונטער דעם איז געשטאנען נאך אפאר ווערטער, און העכער דעם איז געשטאנען אז דאס איז דער פסק פונם פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי שליט"א (אפשר מיט אנדערע טיטלען)
מאנטאג אפריל 04, 2011 2:31 pm
לולי דמסתפינא במחילת כבוד רבוה"ק שליט"א זי"ע, איז דא א סיבה הלכהדיג וואס מ'קען אסר'ן א סעלפוין ביים דאווענען דארף עס האבן א מקור?
פארשטייט זיך אז מיר זענען מחויב צי פאלגען אונזערע פוסקים, אין אויך אז ס'פאסט נישט צי נוצן די סעלפאן ביים דאוואנען אילמלי דאס וואלט געווען געשריבן אן א תשובה ספר וואס וואלט געווען די שקלא וטריא?
מאנטאג אפריל 04, 2011 3:02 pm
די שקלא וטריא וואלט געווען אז מ'דארף שטיין פאר'ן מלך מלכי המלכים באימה וביראה וברתת ובזיעה, מ'דארף מכוון זיין לבו לתפלה, מ'טאר נישט טון זאכן וואס שטערן די כוונה פון דאווענען.
פעלט אויס נאך? פעלט בכלל אויס א פסק פון א גדול מסביר צו זיין א הלכה אין שלחן ערוך?
מאנטאג אפריל 04, 2011 3:16 pm
פון הרה"ג ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א איז דא א קונטרס ווי ער איז מבאר עפ"י הלכה אז עס איז אסור צו האבן א אפענע סעלפאן ביים דאווענען, ער איז מבאר אז די הלכות פון או"ח סי' צ"ו און צ"ח זענען הלכות קבועות אין שו"ע וואס איז מחייב יעדע איד און נישט קיין מדת חסידות.
מאנטאג אפריל 04, 2011 3:21 pm
מאשקע האט געשריבן:די שקלא וטריא וואלט געווען אז מ'דארף שטיין פאר'ן מלך מלכי המלכים באימה וביראה וברתת ובזיעה, מ'דארף מכוון זיין לבו לתפלה, מ'טאר נישט טון זאכן וואס שטערן די כוונה פון דאווענען.
פעלט אויס נאך? פעלט בכלל אויס א פסק פון א גדול מסביר צו זיין א הלכה אין שלחן ערוך?
גם אני מצטרף איך האלט אז צו אדווערטייזען די פסק פונעם פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי שליט"א אלץ די פראבלעם פון האבן א טעלאפאון ביים דאווענען איז אין בעסטען פאל א נארישקייט
מאנטאג אפריל 04, 2011 3:58 pm
כפי השמועה גייט ארויסקומען נעקסטע וואך א פסק פון התאחדות הרבנים, אז מ'טאר נישט האלטן קיין חמץ אינדערהיים גאנץ פסח! קטניות קען מען יא האלטן, אבער מ'דארף עס פארקויפן און מ'טאר עס נישט עסן. פרטים יבואו.
מאנטאג אפריל 04, 2011 5:01 pm
מאשקע האט געשריבן:כפי השמועה גייט ארויסקומען נעקסטע וואך א פסק פון התאחדות הרבנים, אז מ'טאר נישט האלטן קיין חמץ אינדערהיים גאנץ פסח! קטניות קען מען יא האלטן, אבער מ'דארף עס פארקויפן און מ'טאר עס נישט עסן. פרטים יבואו.
למעשה וועט מען טרעפן איינעם מיט חמץ?
אויב איז אזוי ברור ביי יעדעם אז א אפענע סעלפאן אין ביהמ"ד איז אסור, פארוואס קלינגען סעלפאנס פון אלע זייטן?
עס ליגט א חיוב אויף רבנים מעורר צו זיין אויף פירצות וואס די עולם איז מקיל אפילו די איסור איז זייער קלאר, כ'זעה נישט די נארישקייט פון שרייבן אז דער שבט הלוי צייכנט אן א הלכה אין שו"ע וואס איז ליידער נפרץ במילואו.
ולהוי ידוע אז די איסור איז אויך אויף באזז, ס'וואלט אינטערעסאנט געווען צו מאכן א אנקעטע צו זעהן וויפיל ס'לעשן
אינגאנצן אויס די טעלעפאן ביים דאווענען.
מאנטאג אפריל 04, 2011 5:43 pm
איך ברענג עס בכלל נישט אריין אין ביהמ"ד. אז איך פארגעס אמאל, לעש איך אויס די פאוער.
און איך האב נישט געזאגט אז הרב וואזנער האט נישט געדארפט אונטערשרייבן (דאס האט א צווייטער געשריבן); איך האב נאר ארויסגעברענגט וואו מ'שטיי מיר היינט.
דינסטאג אפריל 05, 2011 3:30 pm
אפשר טאקע מאכן אן אנקעטע?
אבער קודם לאמיר גיבן צייט פארן עולם אפאר טעג אנצוהייבן אויסלעשן די טעלעפאן'ס אינגאנצן (פאר די געציילטע האפנטליך וואס טוען עס נאכנישט), דערנאך וועט מען מאכן אן אנקעטע אי"ה (אויב איך וועל געדענקט, אדער קען מיר איינער אויסכאפן).
דינסטאג אפריל 12, 2011 1:04 am
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:פון הרה"ג ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א איז דא א קונטרס ווי ער איז מבאר עפ"י הלכה אז עס איז אסור צו האבן א אפענע סעלפאן ביים דאווענען, ער איז מבאר אז די הלכות פון או"ח סי' צ"ו און צ"ח זענען הלכות קבועות אין שו"ע וואס איז מחייב יעדע איד און נישט קיין מדת חסידות.
יגעתי ומצאתי, לזה התכונתי, ולא למילים הבולטים
חובה על הכתלים שראיתי.
דינסטאג אפריל 12, 2011 2:40 pm
דער אמת איז אז ישראל קדושים און מוויל זיך נישט לאזן באדערן פון די טעלפון אבער מפארגעסט און מיטן דאווענען צוקלינגט זיך עס, נו וואס איז דער תיקון דערויף
דינסטאג אפריל 12, 2011 2:50 pm
דינסטאג אפריל 12, 2011 3:11 pm
זאגט דער הייליגער מחבר, סימן צ"ח, צריך שיהיה לו כוונה בתפלתו, ובו ה' סעיפים.
סעיף א'. המתפלל צריך שיכוין בלבו פירוש המלות שמוציא בשפתיו, ויחשוב כאלו שכינה כנגדו, ויסיר כל המחשבות הטורדות אותו, עד שתשאר מחשבתו וכוונתו זכה בתפלתו וכו'.
---
(ועיין סוף סעיף ב' וי"ל.)
דינסטאג אפריל 12, 2011 4:00 pm
מאשקע האט געשריבן:איך ברענג עס בכלל נישט אריין אין ביהמ"ד. אז איך פארגעס אמאל, לעש איך אויס די פאוער.
און איך האב נישט געזאגט אז הרב וואזנער האט נישט געדארפט אונטערשרייבן (דאס האט א צווייטער געשריבן); איך האב נאר ארויסגעברענגט וואו מ'שטיי מיר היינט.
נעקסטיים ערקלער אביסל, זאל נישט אויסזעהן ווי מען חוזק'ט אפ ח"ו.
עס איז דא א ניי אינטערויוא אויף קולמע וועגן "חירותינו"