בלאט 1 פון 1

א שיינע געדאנק

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 12:31 am
דורך זיס
את לבבי אשיחה ותרחב רוחי.

איידער איך הויב אן, וועל איך אביסל קלארשטעלן מיין בעקראונד, אין וועלכן מצב איך האלט יעצט, כדאי די ליינער זאלן פארשטיין וואס איך ציל אצינד.

איך האלט יעצט אין א ספעציעלע מצב אין מיין פערזעליכע אקענאמיע, דאס הייסט אז איך פארגעסער יעצט מיין ביזנעס און אלס חלק דערפון האב איך געגעבן א גרויסן שפרינג. למען האמת בין איך געווען מסופק צי איך זאל עס טון, ווייל דער שפרינג איז זייער גרויס און איך האב נישט ליב צו טון אומ'אחריות'דיגע זאכן. למעשה האב איך איינגעזען אז אויב איך וויל וואקסן מוז איך נעמען א ריסק און האפן אויף דאס בעסטע. נאכן דורכרעדן דעם ענין מיט ביזנעס עקספערטן און מיט גדולי ישראל האב איך גענומען די מוהט און געטאן וואס איך האב געמוזט. אלס חלק פון דעם שפרינג האב איך געמוזט זיך אנבארגן מיט גרויסע געלטער און אנהויבן דרייען אביסל מיט געלט. דאס אלעס מיט די פחד'דיגע געפילן, היצליח ה' דרכי...

עס איז שווער אפצומאלן דער פחד און ציטערניש מיט וואס איך דריי זיך ארום אין די טעג. איך וויל זיין אן אחריות'דיגע מענטש, איך וויל נישט אנזעצן קיינעם חלילה, און איך בין אריין אין די זאך מיט די האפענונג אויף דאס בעסטע, ווייל באמת - לאגיש גערעדט - איז פאראן גוטע שאנסן, אבער עס איז אויך פאראן חלילה שאנסן אויף פארקערט, און איך בין מתפלל און איך האף אז עס וועט זיך אויסארבעטן לטובה און דאס וועט זיך האבן שטארק געלוינט פאר מיר.

כלפי מה דברים אמורים?
עס איז יעצט מוצאי שבת, און איך זאג די תפילה פון גאט פון אברהם "אז דער וואך און דער חודש און דער יאר זאל אונז קומען... צו מזל, צו ברכה והצלחה, צו סייעתא דשמיא", איך שפיר ווי די ווערטער רעדן צו מיר, איך בעט דעם אויבערשטן מיטן גאנצן הארץ אז איך זאל מצליח זיין אין דעם טאהט. וויפיל סייעתא דשמיא ברויך איך דערויף, וויפיל זכותים, תפילות ובקשות פאדערט פון מיר, און איך בין מתפלל אויף דאס בעסטע. דאס זעלבע ווען איך זאג דעם פזמון "ועד והכן די סיפוקי, זמן מזוני ולחם חוקי..." און אזוי אויך ביי אלע תפילות וואס האבן צוטון מיט געלט, בעט איך דעם רבונו של עולם אז מיין שריט זאל זיין אן אויסגעהאלטענע און איך זאל מצליח זיין בכל דרכי.

אין די דאזיגע קריטישע טעג שטיי איך און איך בין מתפלל פארן בורא כל עולמים, די תפילות פון ברך עלינו באקומען א באזונדערע באדייט, די מוצאי שבת בקשות און די בקשות פון א גאנצע וואך ווערן ארויסגעזאגט מיט געפילן און כוונה, בעטנדיג דעם באשעפער אז איך זאל מצליח זיין בדרכי און זען הצלחה און פרנסה בכבוד און בשפע, און מיינע ווערק זאלן נושא פירות זיין.

און דא איז די נקודה:
פלוצלינג גיב איך זיך א כאפ. פונקט עפעס יעצט שפיר איך אזא אנגעוואנדנקייט אין באשעפער?! ווען פרנסה גייט ווען געהעריג איז עס נישט אזוי אנגעוואנדן אין הימל? - ברצותו מרחיב וברצותו מקצר. פרנסה ליגט אין הענט פון באשעפער. אלזא יעדן טאג ווען מען זאגט ברך עלינו וואלט א איד געדארפט שופך שיח זיין און מתפלל זיין בכל לבבו אז עס זאל אים גיין גוט. ווייל יעדן דאלער, אפילו וואס דו באקומסט רעגלמעסיג פון דיין באלעבאס, אלעס איז אנגעוואנדן אין הימל און עס ליגט אין זיינע הענט, און אלעמאל דארף מען פונקט אזוי מתפלל זיין און בעטן.

איך האב געשפירט אביסל א חוסר אמונה, אז נאר יעצט, ווען איך קען זיך נישט פארלאזן אויף א בשר ודם, יעצט ווענד איך זיך צום באשעפער. לעולם וואלט מען אלעמאל געדארפט איינרייסן וועלן.

מאידך גיסא איז פאראן אן אנדערע סברה:
פונקט אזוי ווי איך האב זיך אלעמאל געשפירט פארזיכערט, און געגלויבט אז דאס וואס איך פארדין קומט פון הימל און דער באשעפער איז דער וואס האט צוגעפירט אז איך זאל מאכן דעם וועידזש וואס איך מאך אלעמאל. פונקט אזוי דארף איך זיך יעצט שפירן, ווייל דער זעלבער באשעפער וואס האט געהאלפן ביז אהער, וועט זיכער מאכן אז מיין שריט זאל זיין אן אויסגעהאלטענע און עס זאל ברענגען די ריכטיגע פירות, אז איך זאל האבן פרנסה בכבוד און בשפע.

איי, פארוואס האט דער אויבערשטער געמוזט צוברענגען צו אזא מצב? - דאס איז צו דערמאנען אז מען מוז צוקומען צו אים און דאס שטענדיג געדענקען.

איך שרייב דאס ווייל איך שפיר אז מיטן ארויסגעבן מיין הארץ וועט מיר לייכטער ווערן.

און צו די חברי הקרעטשמע: איך וועל נישט זיין ברוגז אז איר וועט מתפלל זיין אויף מיין הצלחה.

אגב; אויב איינער האט צו בארגן אפאר אלפים אויף עטליכע חדשים, קען זיך ווענדן צו מיר אין אישי. דרך כלל באצאל איך אין צייט.

גוטע וואך.