עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
שבת אפריל 02, 2011 11:37 pm
עס האט זיך מיר אויסגעגאסן 2 ברענעדיגע לעכט פיל מיט חלב אויף מיין דיינינג רום בענקל און עס איז צרות איך ארבעט שוין א האלבע שעה און איך זעה נישט קיין עק עס קומט נישט אראפ סיי אויף די פלעסטיק און אויף די פורניטשער און אויפן פלאר, עפעס א עצה ביטע ס׳ווייב לאזט נישט גיין שלאפן פאר איך נעם עס אראפ!! ס׳צרות!!! Anyone can help? Please
Advertisement
שבת אפריל 02, 2011 11:40 pm
גיס אביסל הייס וואסער.
שבת אפריל 02, 2011 11:41 pm
דו ביזט דאך אן עדאובי איד. אין CS5 קען מען עס מאכן מיט content aware fill...
שבת אפריל 02, 2011 11:50 pm
מאשקע האט געשריבן:דו ביזט דאך אן עדאובי איד. אין CS5 קען מען עס מאכן מיט content aware fill...
עס ארבעט נישט אזוי גוט אין די פאל, צו סאך דיטעילס
זונטאג אפריל 03, 2011 12:16 am
זכר באנדל האט געשריבן:גיס אביסל הייס וואסער.
עס האט נאר געמאכט א חאזעריי זיך צעשמירט מער עני אנדערע עצה? שכוח עניוועי איך עפפרישיעט דיין הילף
זונטאג אפריל 03, 2011 12:41 am
אויף קליידער איז דא אן עצה פון נעמען א פייכטע טאול פעיפער און עס ארויף לייגן אויף די מקום החלב און דערנאך מיט א ביגל אייזן הייס מאכן די פאפיר און דאס צולאזט די חלב און די טאול פעיפער כאפט עס אריין. איך ווייס אבער נישט צו ביי פלעסטיג איז דאס אן אפציע.
זונטאג אפריל 03, 2011 12:49 am
Goo Gone

איז געמאכט פארדעם.
זונטאג אפריל 03, 2011 12:59 am
צום ערשט ווער פטור פון די גרויסע שטיקער חלב.
נעם א סקרעפער און איידעלערהייט שאר אראפ די דיקע שטיקער, גיב אכט נישט צו מזיק זיין די פאדלאגע וכדו'.
נאכער גיס הייס וואסער אויף די דינערע חלב, וויש גלייך אויף מיט פעיפער טאועל, אזוי עטליכע מאל ביז עס בלייבט נאר די קלעבעדיגקייט.
צו דעם נוץ גו גאן כנ"ל אדער גיס נאכאמאל הייסט וואסער און וויש גלייך אויף.
נוץ שכל גיי נישט ווילד אזוי קומט מען אן.
זונטאג אפריל 03, 2011 1:37 am
שוועמל האט געשריבן:צום ערשט ווער פטור פון די גרויסע שטיקער חלב.
נעם א סקרעפער און איידעלערהייט שאר אראפ די דיקע שטיקער, גיב אכט נישט צו מזיק זיין די פאדלאגע וכדו'.
נאכער גיס הייס וואסער אויף די דינערע חלב, וויש גלייך אויף מיט פעיפער טאועל, אזוי עטליכע מאל ביז עס בלייבט נאר די קלעבעדיגקייט.
צו דעם נוץ גו גאן כנ"ל אדער גיס נאכאמאל הייסט וואסער און וויש גלייך אויף.
נוץ שכל גיי נישט ווילד אזוי קומט מען אן.
שכוח שוועמל דאס האב איך געטוהן און ב״ה איך בין א געהאלפענער!!
אבער נאך דאס אלעס האט מיר איינער געגעבן א עצה צו נעמען א שטיקל אייז אין עס ארויף לייגן אויף די חלב אפאר מינוט, און עס וועט אראפ קומען אין שטיקער איך גיי נישט יעצט נאכאמאל גיסן חלב דאס צו טרייען אבער גוד טו נוי פאר דע רעקארדס אפשר איז דאס אויך א עצה.
שכוח פאר אלע וואס האבן געגעבן עצות איטס גרעיטלי עפפרישיעטעד
זונטאג אפריל 03, 2011 1:14 pm
אגב, גו גאן איז טאקע זייער גוט, אבער עס נעמט צייט און כח, עס איז נישט גוט פאר אסאך חלב, אזוי ווי שוועמל האט געשריבן, עס איז נאר גוט פאר די נאכווייען, א שטיקל דא און א שטיקל דארט.