עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דאנערשטאג מרץ 31, 2011 2:58 pm
נעכטן באקום איך א אומשולדיג בריוועלע פון די ניו יארק סטעיט טעקס דעפארטמענט, אז כדי צו באקומען מיין ריפאנד מוז איך אריינשיקן נאך אינפארמאציע וואס זיי בעטן, און נאכער ברויך איך ווארטן נאך גאנצע 90 טאג צו באקומען דאס געלט.
רעדענדיג מיט חברים הער איך אז אסאך אירע האבן די פראבלעם היי יאר, וואס גייט דא פאר?
Advertisement
דאנערשטאג מרץ 31, 2011 2:59 pm
באמבאסטיש האט געשריבן:נעכטן באקום איך א אומשולדיג בריוועלע פון די ניו יארק סטעיט טעקס דעפארטמענט, אז כדי צו באקומען מיין ריפאנד מוז איך אריינשיקן נאך אינפארמאציע וואס זיי בעטן, און נאכער ברויך איך ווארטן נאך גאנצע 90 טאג צו באקומען דאס געלט.
רעדענדיג מיט חברים הער איך אז אסאך אירע האבן די פראבלעם היי יאר, וואס גייט דא פאר?
האסטו געפיילט פאר טשיילד קער??
דאנערשטאג מרץ 31, 2011 3:06 pm
כ'האב אויך באקומען די יאר די פארלאנג. כ'האב נישט געבעטן פאר טשייעלד קעיר.
דאנערשטאג מרץ 31, 2011 3:10 pm
לאז געמאכט האט געשריבן:כ'האב אויך באקומען די יאר די פארלאנג. כ'האב נישט געבעטן פאר טשייעלד קעיר.
האסט עס אליינס געמאכט אדער אן אקאנטונט?
דאנערשטאג מרץ 31, 2011 3:14 pm
איך האב עס געמאכט דורך א שטארק ערפארענער אקאונטענט, און נישט געבעטן פאר טשיילד קעיר.
דאנערשטאג מרץ 31, 2011 3:20 pm
האסטו געפרעגט דיין אקאנטנט?
מיינער האט מיר קלאר געזאגט אז 90 % אז איך גיי באקומען אזא בריוו אבער איך צאל אלעס אויף cc בין איך נישט זוי באזארגט
דאנערשטאג מרץ 31, 2011 3:25 pm
וואס א חילוק צו מען באצאלט אלעס מיט ככ צו נישט?
וואס שייך צו זיין באזארגט? מען שיקט אריין אלע אינפא און שוין.
דאנערשטאג מרץ 31, 2011 3:35 pm
מיר באדערט די עיקר, אז איך ווארט שוין 6 וואכן אויף די געלט, און ביים אריינרופן אייער נעכטן אויפן פאון ווי די געלט האלט זאגן זיי אז עס איז אין פראסעס, און לכאורה וועל איך עס באקומען אין די נעקסטע 5 ביז 10 ביזנעס טעג, דערווייל ערשיינט א בריוועלע אז נאכן אריינשיקן אלע אינפארמאציע וואס זיי פארלאנגען וועל איך דארפן ווארטן פרישע 90 טאג.
דאנערשטאג מרץ 31, 2011 3:45 pm
און מיך באדערט אז ביז 2 וואכן ארום דארף איך אריינשיקן א טשעק... און אך און וויי טאמער נישט.
דאנערשטאג מרץ 31, 2011 3:50 pm
ווי זוי העסטו אויף ווייזן וואס האסט געצאלט זיי זענען זייער זייער שטרענג זיי זיכען ווי צי שניידן
דאנערשטאג מרץ 31, 2011 4:33 pm
גיי דאקליק אויף די לינקע זייט "טשעק ריפאנד סטאטוס", נאך אביסל אינפא וואס זיי בעטן וועסטו קענען ע"פ רוב זען די סיבה פארוואס די געלט ווערט אראפגעהאלטן.
דאנערשטאג מרץ 31, 2011 6:12 pm
א דאנק ווינקל פארן לינקן צו זייער וועב זייטל
אט דאס איז מיין סטאטוס:
Your return has completed processing. You will receive correspondence about your return within 10 business days.
דאנערשטאג מרץ 31, 2011 6:13 pm
איך האב שוין ערהאלטן מיינ'ס בערך פיהר וואכן נאכ'ן פיילן (מיט CC)
מיטוואך אפריל 13, 2011 10:06 am
מיליאנער האט געשריבן:איך האב שוין ערהאלטן מיינ'ס בערך פיהר וואכן נאכ'ן פיילן (מיט CC)
איך הייב אן טראכטן אז אבאמא איז גערעכט, א "מיליאנער" זאל באקומען א "ריטוירן"???
זונטאג אפריל 17, 2011 11:36 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן:מיליאנער האט געשריבן:איך האב שוין ערהאלטן מיינ'ס בערך פיהר וואכן נאכ'ן פיילן (מיט CC)
איך הייב אן טראכטן אז אבאמא איז גערעכט, א "מיליאנער" זאל באקומען א "ריטוירן"???
עיין ערך GE וואס איז לעצטענס געווען אין די נייעס
דאנערשטאג יוני 02, 2011 2:19 pm
ב"ה נתקבל היום ברחמים וברצון, באט מיט א פארמינערונג פון מאתיים זוז. (בעסער ווי גארנישט)
דאנערשטאג יוני 02, 2011 2:24 pm
איך בין אויך פון די וואס דארפן צושיקן פרישע אינפארמאציע
נו, עפעס השתדלות דארף מען דאך טוהן... וברכתיך בכל אשר תעשה
דאנערשטאג יוני 16, 2011 11:59 pm
איך האב אויך באקומען א צעטיל אז איך דארף זיי ווייזען פראפ אוו אינקאם אבער די פראבלעים הייבט זיך אן אז איך האב נישט קיין פראוו פון youthcorp ווייל זיי האבען מיר אריין געשיקט די געלט גלייך און מיין קארד וואס זיי געבען און זיי האבען נישט געשיקט קיין פראף. בקוצר א מעשה איך דארף יעצט האבען פראף פון זיי, איך האב פראבירט צו ריפן די דעי קעמפ וואס איך האב געארבעט אבער זיי זאגען אז סהאט נישט מיט זיי, האב איך אנגערופען תורה ומסורה cojo of flatbush זאגען זיי אז קיינער האט עס נאכנישט געבעטען פון זיי איך בין די ערשטע אבער זיי קענען מיר געבען א צעטיל אבער אן קיין סאשעל סיקיוריטי. די שאלה הייבט זיך אן וואס טיט מען דא? וואס טוהט יעדער ווען מען דארף שיקען פראף פון יוט קארפ? וויאזוי קען מען שאפען פראף?
פרייטאג יוני 17, 2011 12:09 am
האסט א W2 פון זיי ?
פרייטאג יוני 17, 2011 6:13 am
קהת האט געשריבן:איך האב אויך באקומען א צעטיל אז איך דארף זיי ווייזען פראפ אוו אינקאם אבער די פראבלעים הייבט זיך אן אז איך האב נישט קיין פראוו פון youthcorp ווייל זיי האבען מיר אריין געשיקט די געלט גלייך און מיין קארד וואס זיי געבען און זיי האבען נישט געשיקט קיין פראף. בקוצר א מעשה איך דארף יעצט האבען פראף פון זיי, איך האב פראבירט צו ריפן די דעי קעמפ וואס איך האב געארבעט אבער זיי זאגען אז סהאט נישט מיט זיי, האב איך אנגערופען תורה ומסורה cojo of flatbush זאגען זיי אז קיינער האט עס נאכנישט געבעטען פון זיי איך בין די ערשטע אבער זיי קענען מיר געבען א צעטיל אבער אן קיין סאשעל סיקיוריטי. די שאלה הייבט זיך אן וואס טיט מען דא? וואס טוהט יעדער ווען מען דארף שיקען פראף פון יוט קארפ? וויאזוי קען מען שאפען פראף?
קאנטעקט מיך אין אישית
פרייטאג יוני 17, 2011 6:25 am
איך האב א w2 איז דאס גיט?
פרייטאג יוני 17, 2011 8:47 am
יא. אזוי שטייט בפירוש אויף די בריוו וואס זיי שיקן.
פרייטאג יוני 17, 2011 9:04 am
זיי האבען דאך מיין w2? ווען מען פיילט געט מען עס אריין
פרייטאג יוני 17, 2011 10:57 am
קרעמער האט געשריבן:קהת האט געשריבן:איך האב אויך באקומען א צעטיל אז איך דארף זיי ווייזען פראפ אוו אינקאם אבער די פראבלעים הייבט זיך אן אז איך האב נישט קיין פראוו פון youthcorp ווייל זיי האבען מיר אריין געשיקט די געלט גלייך און מיין קארד וואס זיי געבען און זיי האבען נישט געשיקט קיין פראף. בקוצר א מעשה איך דארף יעצט האבען פראף פון זיי, איך האב פראבירט צו ריפן די דעי קעמפ וואס איך האב געארבעט אבער זיי זאגען אז סהאט נישט מיט זיי, האב איך אנגערופען תורה ומסורה cojo of flatbush זאגען זיי אז קיינער האט עס נאכנישט געבעטען פון זיי איך בין די ערשטע אבער זיי קענען מיר געבען א צעטיל אבער אן קיין סאשעל סיקיוריטי. די שאלה הייבט זיך אן וואס טיט מען דא? וואס טוהט יעדער ווען מען דארף שיקען פראף פון יוט קארפ? וויאזוי קען מען שאפען פראף?
קאנטעקט מיך אין אישית
זעהט אויס אז אישית ארבעט נישט...
די מעשה איז אזוי: עס איז דא א וועבסייט פון די שטאט, וואו יעדער קען אריינגיין צו זיין אקאונט און ארויספרינטן די טשעק-סטאבס פון זיין יוט-קאר געהאלט
דארפסט נאר וויסן דיין יוזערנעים און לאג-אין פעסווארד, און דאס קען נאר וויסן דער אנפירער פונעם פראגראם ביי די דעי-קעמפ וואו דו האסט געארבעט
יענער האט דיך אריינגעגעבן אינעם סיסטעם און האט דיינע אינפארמאציע (אויב ער האט עס נאכנישט פארניכטעט)
פרייטאג יוני 17, 2011 11:33 am
יישר כח קרעמער.
קהת, מען שיקט נישט מיט די W2 ווען מען פיילט, אפילו ווען מען פיילט דורך די פאסט שיקט מען א פארם וואס הייסט IT-2, און דארט שרייבט מען אלע אינפארמאציע וואס שטייט אויפן W2, אבער דער עצם W2 פארם זעלבסט שיקט מען נישט מיט. און כל שכן אויב פיילט מען עלעקטראניש, שיקט מען נישט מיט די W2.
היי יאר האט די סטעיט פארלאנגט מען זאל פיילן עלעקטראניש.
און די אודיט וואס זיי שיקן, שרייבן זיי אז מען מוז אויפוויזן די סכום פון די וועידזשעס וואס מען האט פארדינט, דאס אויפצוווייזן קען מען אדער דורכן שיקן דעם W2, אויב האט מען נישט דעם W2, דארף מען שיקן די לעצטע פעי סטאב וואס מען האט באקומען פונעם יאר. אויב האט מען נישט דאס און נישט דאס, ערשט דאן דארף מען האבן א בריוו פון די עמפלויער.