בלאט 1 פון 2

הילף מיטן קויפן אויף עמעזאן - Amazon

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 29, 2011 5:08 pm
דורך משיח
איך האב געקויפט א חפץ אויף עמעזאן,
ס'איז געווען אנגעצייכענט "ניי", ממילא האב איך זיך פארגעשטעלט אז דאס איז ברענד ניו,

למעשה ביים עפענען די באקס האב איך געזען אז ס'איז טאקע ניי, נאכנישט גענוצט, אבער יד אחרים נגעו בו, איינער האט שוין פרובירט ארויסצונעמען איין פארט פון די באקס.
ס'האט מיר נישט געבאדערט, ווייל איך האב קלאר געזען אז ס'איז גאנץ און ניי, האב איך עס צוזאמגעשטעלט און אנגעהויבן נוצען.

למעשה האב איך שפעטער באמערקט אז ס'ליגט נישט דארט די פאפירן פאר די אייטעם,
נישט די מעניואל בוך, נישט די ווארענטי וכדומה,
וואס דאס וואלט איך יא זייער געוואלט האבן.

דא צוטיילט זיך מיין שאלה אין צוויי:

1) צו הייסט דאס "ניי" אויב איינער האט שוין אמאל געפענט די באקס און מטפל געווען מיט איין פארט?
אדער האט ער מיר אפגע'נער'ט, ווייל ס'איז נישט געווען ברענד ניו.

2) איז דא א וועג צו קאנטאקטן די סעלער?
אזוי אז איך זאל אים קענען בעטען די פאפירן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 29, 2011 5:53 pm
דורך leiby
אויב האט ער עס נישט געשריבן אין די דעסקריפשאן קענסטו עס לכאורה צוריקשיקן, און דאס טאקע שרייבן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 29, 2011 6:49 pm
דורך מיליאנער
שאלה 1 איז לכאורה אזוי ווי לייבי זאגט

שאלה 2: יא מ'קען קאנטעקטען די סעללער, גיי אריין צו דיינע ארדערס איז דא אויף די רעכטע זייט א אפשען CONTACT SELLER

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 10:09 am
דורך משיח
שכוח אייך ביידע,

leiby האט געשריבן:אויב האט ער עס נישט געשריבן אין די דעסקריפשאן קענסטו עס לכאורה צוריקשיקן, אין דאס טאקע שרייבן.


איך זעה נישט קיין שום דעסקריפשן פון די אייטעם, ס'שטייט פלעין וויאזוי ס'הייסט, נעבן דעם שטייט new.
און דער אמת איז איך זיך עס נישט צוריקצושיקן, איך בין זייער צופרידן דערפון, איך וויל ענדערש קאנטאקטן דעם פארקויפער ער זאל מיר געבן די פאפירן, ממילא וויל איך וויסן אויב איך באקום עס נישט אויב איך קען זאגן טעות מעיקרא ווייל ס'איז נישט ברענד ניי.

און אויב טאקע צוריקשיקן: ווי קען איך אויפווייזן אז ס'איז געווען גערירט? און צו קען איך עס טוהן יעצט נאכן נוצען א וואך צוויי?

מיליאנער האט געשריבן:יא מ'קען קאנטעקטען די סעללער, גיי אריין צו דיינע ארדערס איז דא אויף די רעכטע זייט א אפשען CONTACT SELLER

איך זעה נישט אזא אפציע.
ביי איבעי ווייס איך דערפון, דא ביי עמעזאן זעה איך נישט אזא זאך.
(אפשר צייגסטו מיר ווי?)

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 11:01 am
דורך leiby

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 11:17 am
דורך משיח
לייבי, איך זעה נישט.
דאס איז וואס איך באקום:
amazon.JPG

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 11:35 am
דורך leiby
ווייל ס'איז פאלפילמענט ביי עמעזאן FBA

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 11:38 am
דורך משיח
ממילא?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 1:48 pm
דורך Alien
טריי צו דאונלאודען א PDF. סיערטש אויף גוגעל.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 2:27 pm
דורך leiby
משיח האט געשריבן:ממילא?

דארפסטו רעדן צו עמעזאן אליין. (לכאורה)

Alien האט געשריבן:טריי צו דאונלאודען א PDF. סיערטש אויף גוגעל.

?????

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 5:02 pm
דורך Alien
מ'קען טרעפן אנליין אסאך user manuels. מאך א גוגעל סיערטש פאר די מעניעל וואס האסט געקויפט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 10:38 am
דורך משיח
איך וויל קויפן א בעבי-סווינג, איך האב געמאכט ריסורטש און איך ווייס וועלכע איך וויל, אבער איך בין נישט 100% זיכער אז איך וועל זיין צופרידן דערפון.

וויל איך וויסן אזוי, אויב ווען איך קויף דאס אויף עמעזאן, און איך שטעל עס צאם, און דאן בין איך מחליט אז איך וויל עס נישט (נישט ווייל עפעס איז ראנג דערמיט, נאר ווייל איך וויל נישט די סארט), צו קען איך עס גלייך צוריקשיקן (נאכן צאמשטעלן)?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 04, 2011 11:50 am
דורך leiby
קוק די ריטורן פאליסי פין יענע קאמפעני.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 1:02 pm
דורך KNAKER
משיח האט געשריבן:לייבי, איך זעה נישט.
דאס איז וואס איך באקום:
amazon.JPG

Jnet maybe blocks the option ... gekoift is gekoift

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 05, 2011 1:50 pm
דורך leiby
די סיבה ווייל ס'איז עמעזאן אליין.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 28, 2011 2:28 pm
דורך מי יודע
איך האב א אייטעם וואס איך האב געקויפט פאר עטליכע חדשים צוריק און איך האב עס יעצט אנגעהויבן צו נוצן און איך זע ס'איז א שוואכע קוואליטי, איך וויל עס רעיטן ווייל אזוי בדרך כלל גייט מיר יענער שיקן א נייע א נארמאלע, למעשה די סטארס קומט מער נישט ארויף, און סתם זאגן מיין ריוויו זאגן זיי איך זאל עס קודם רעיטן, דערווייל האב איך נישט ווי צו רעיטן

איז דא עפעס א עצה?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 28, 2011 3:23 pm
דורך בלעקבערי פען
אויב די סטאר אויז נישט מער אויף עמאזאן
דאן ברענגסטו סתם אזוי אן דיין צייט

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 28, 2011 3:40 pm
דורך leiby
נאך 60 טעג קען מען שוין נישט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2012 4:07 pm
דורך moshele11211
איך קויף אויף עמעזאן, איז דא ערגעץ ווי איך קען זעהן אויף עמעזאן אין מיין אקאונט אלעס וואס איך האב געקויפט מיט א געוויסע קרעדיט קארט (מער אידיש איך דארף א ליסט וואס מען האט געשארטשט פון דעי ק''ק

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2012 4:13 pm
דורך leiby
לכאורה נישט, אבער עניוועי איז עס די ראנג אשכול.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2012 5:46 pm
דורך שנאפס
on your credit card statement you should be able to see it

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 10:32 am
דורך צים פינטעל
וואס מיינט
Eligible for FREE Super Saver Shipping
זיי בעטן מיר געהעריג פאר שיפינג

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 10:35 am
דורך שנאפס
נאר אויב עס איז איבער $25

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 10:37 am
דורך AllAboutAccess
וויפיל באטרעפט די ארדער?
ס'איז נאר eligible.
Free Shipping איז נאר העכער $25.00

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 11:51 am
דורך פארוואס נישט...
און אויך נאר פאר Prime מעמבערס