Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

הילף מיטן קויפן אויף עמעזאן - Amazon

דינסטאג מרץ 29, 2011 5:08 pm

איך האב געקויפט א חפץ אויף עמעזאן,
ס'איז געווען אנגעצייכענט "ניי", ממילא האב איך זיך פארגעשטעלט אז דאס איז ברענד ניו,

למעשה ביים עפענען די באקס האב איך געזען אז ס'איז טאקע ניי, נאכנישט גענוצט, אבער יד אחרים נגעו בו, איינער האט שוין פרובירט ארויסצונעמען איין פארט פון די באקס.
ס'האט מיר נישט געבאדערט, ווייל איך האב קלאר געזען אז ס'איז גאנץ און ניי, האב איך עס צוזאמגעשטעלט און אנגעהויבן נוצען.

למעשה האב איך שפעטער באמערקט אז ס'ליגט נישט דארט די פאפירן פאר די אייטעם,
נישט די מעניואל בוך, נישט די ווארענטי וכדומה,
וואס דאס וואלט איך יא זייער געוואלט האבן.

דא צוטיילט זיך מיין שאלה אין צוויי:

1) צו הייסט דאס "ניי" אויב איינער האט שוין אמאל געפענט די באקס און מטפל געווען מיט איין פארט?
אדער האט ער מיר אפגע'נער'ט, ווייל ס'איז נישט געווען ברענד ניו.

2) איז דא א וועג צו קאנטאקטן די סעלער?
אזוי אז איך זאל אים קענען בעטען די פאפירן.

Advertisement

דינסטאג מרץ 29, 2011 5:53 pm

אויב האט ער עס נישט געשריבן אין די דעסקריפשאן קענסטו עס לכאורה צוריקשיקן, און דאס טאקע שרייבן.

דינסטאג מרץ 29, 2011 6:49 pm

שאלה 1 איז לכאורה אזוי ווי לייבי זאגט

שאלה 2: יא מ'קען קאנטעקטען די סעללער, גיי אריין צו דיינע ארדערס איז דא אויף די רעכטע זייט א אפשען CONTACT SELLER

מיטוואך מרץ 30, 2011 10:09 am

שכוח אייך ביידע,

leiby האט געשריבן:אויב האט ער עס נישט געשריבן אין די דעסקריפשאן קענסטו עס לכאורה צוריקשיקן, אין דאס טאקע שרייבן.


איך זעה נישט קיין שום דעסקריפשן פון די אייטעם, ס'שטייט פלעין וויאזוי ס'הייסט, נעבן דעם שטייט new.
און דער אמת איז איך זיך עס נישט צוריקצושיקן, איך בין זייער צופרידן דערפון, איך וויל ענדערש קאנטאקטן דעם פארקויפער ער זאל מיר געבן די פאפירן, ממילא וויל איך וויסן אויב איך באקום עס נישט אויב איך קען זאגן טעות מעיקרא ווייל ס'איז נישט ברענד ניי.

און אויב טאקע צוריקשיקן: ווי קען איך אויפווייזן אז ס'איז געווען גערירט? און צו קען איך עס טוהן יעצט נאכן נוצען א וואך צוויי?

מיליאנער האט געשריבן:יא מ'קען קאנטעקטען די סעללער, גיי אריין צו דיינע ארדערס איז דא אויף די רעכטע זייט א אפשען CONTACT SELLER

איך זעה נישט אזא אפציע.
ביי איבעי ווייס איך דערפון, דא ביי עמעזאן זעה איך נישט אזא זאך.
(אפשר צייגסטו מיר ווי?)

מיטוואך מרץ 30, 2011 11:01 am

טריי די לינק
https://www.amazon.com/gp/css/history/o ... 6&x=15&y=6

מיטוואך מרץ 30, 2011 11:17 am

לייבי, איך זעה נישט.
דאס איז וואס איך באקום:
amazon.JPG

מיטוואך מרץ 30, 2011 11:35 am

ווייל ס'איז פאלפילמענט ביי עמעזאן FBA

מיטוואך מרץ 30, 2011 11:38 am

ממילא?

מיטוואך מרץ 30, 2011 1:48 pm

טריי צו דאונלאודען א PDF. סיערטש אויף גוגעל.

מיטוואך מרץ 30, 2011 2:27 pm

משיח האט געשריבן:ממילא?

דארפסטו רעדן צו עמעזאן אליין. (לכאורה)

Alien האט געשריבן:טריי צו דאונלאודען א PDF. סיערטש אויף גוגעל.

?????

מיטוואך מרץ 30, 2011 5:02 pm

מ'קען טרעפן אנליין אסאך user manuels. מאך א גוגעל סיערטש פאר די מעניעל וואס האסט געקויפט.

מאנטאג אפריל 04, 2011 10:38 am

איך וויל קויפן א בעבי-סווינג, איך האב געמאכט ריסורטש און איך ווייס וועלכע איך וויל, אבער איך בין נישט 100% זיכער אז איך וועל זיין צופרידן דערפון.

וויל איך וויסן אזוי, אויב ווען איך קויף דאס אויף עמעזאן, און איך שטעל עס צאם, און דאן בין איך מחליט אז איך וויל עס נישט (נישט ווייל עפעס איז ראנג דערמיט, נאר ווייל איך וויל נישט די סארט), צו קען איך עס גלייך צוריקשיקן (נאכן צאמשטעלן)?

מאנטאג אפריל 04, 2011 11:50 am

קוק די ריטורן פאליסי פין יענע קאמפעני.

דינסטאג אפריל 05, 2011 1:02 pm

משיח האט געשריבן:לייבי, איך זעה נישט.
דאס איז וואס איך באקום:
amazon.JPG

Jnet maybe blocks the option ... gekoift is gekoift

דינסטאג אפריל 05, 2011 1:50 pm

די סיבה ווייל ס'איז עמעזאן אליין.

מיטוואך דצמבר 28, 2011 2:28 pm

איך האב א אייטעם וואס איך האב געקויפט פאר עטליכע חדשים צוריק און איך האב עס יעצט אנגעהויבן צו נוצן און איך זע ס'איז א שוואכע קוואליטי, איך וויל עס רעיטן ווייל אזוי בדרך כלל גייט מיר יענער שיקן א נייע א נארמאלע, למעשה די סטארס קומט מער נישט ארויף, און סתם זאגן מיין ריוויו זאגן זיי איך זאל עס קודם רעיטן, דערווייל האב איך נישט ווי צו רעיטן

איז דא עפעס א עצה?

מיטוואך דצמבר 28, 2011 3:23 pm

אויב די סטאר אויז נישט מער אויף עמאזאן
דאן ברענגסטו סתם אזוי אן דיין צייט

מיטוואך דצמבר 28, 2011 3:40 pm

נאך 60 טעג קען מען שוין נישט.

מיטוואך אפריל 18, 2012 4:07 pm

איך קויף אויף עמעזאן, איז דא ערגעץ ווי איך קען זעהן אויף עמעזאן אין מיין אקאונט אלעס וואס איך האב געקויפט מיט א געוויסע קרעדיט קארט (מער אידיש איך דארף א ליסט וואס מען האט געשארטשט פון דעי ק''ק

מיטוואך אפריל 18, 2012 4:13 pm

לכאורה נישט, אבער עניוועי איז עס די ראנג אשכול.

מיטוואך אפריל 18, 2012 5:46 pm

on your credit card statement you should be able to see it

מאנטאג ספטמבר 09, 2013 10:32 am

וואס מיינט
Eligible for FREE Super Saver Shipping
זיי בעטן מיר געהעריג פאר שיפינג

מאנטאג ספטמבר 09, 2013 10:35 am

נאר אויב עס איז איבער $25

מאנטאג ספטמבר 09, 2013 10:37 am

וויפיל באטרעפט די ארדער?
ס'איז נאר eligible.
Free Shipping איז נאר העכער $25.00

מאנטאג ספטמבר 09, 2013 11:51 am

און אויך נאר פאר Prime מעמבערס
שרייב א תגובה

Advertisement