עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
זונטאג אפריל 03, 2011 4:33 pm
כ'האב שוין דעם קאוד.
וואס טו איך יעצט דערמיט?
Advertisement
זונטאג אפריל 03, 2011 4:34 pm
טייפ עס אריין אינעם בלעקבערי ווען די העלפ סקרין איז אפען.
מאכט אבער זיכער אז די אפטיים אינאך די זעלבע ווי דאס וואס האסט אריינגעלייגט אינעם גענערעטער.
זונטאג אפריל 03, 2011 4:37 pm
ריזן דאנק!!!
זונטאג אפריל 03, 2011 4:37 pm
עס האט זיך געעפנט?
זונטאג אפריל 03, 2011 4:39 pm
יאפס!
זונטאג אפריל 03, 2011 4:42 pm
אה פיין, ענדזוי.
רוב זאכן זענען דארט ריעד אנלי דאס מיינט אז מען קען זעהן די אינפארמאציע אבער מען קען גארנישט טוישן.
די טעסק מענעגער דאס נוץ איך יא ממש כסדר עס געפינט זיך אונטער
JVM Engineering Screens
Processes
הצלחה
פרייטאג אפריל 29, 2011 1:38 am
ווערייזאן זענען דאך אזעלכע רשעים. איך האב סערוויס ביי א היימישע קאמפאני און איך מוטשע זיך שוין א לענגערע צייט און ווערייזאן יאגט זיך בכלל נישט עס צו קומען פארריכטן. איך האב שוין אריינגעגעבן א קלעים אין די ניו יארק פאבליק סערוויס קאמישאן. העמיר זען וויפיל דאס וועט אויפטאן.
איך טראכט שוין גאר ערנסט פון דעם קעסטל איבער וואס ידידינו ר' לאז געמאכט האט דא געשריבן. מיר דארפן נאר איבערליינען און זען אויב לוינט דאס בכלל.
אדער גאר טון וואס דער אפערעטאר האט מיר גע'עצה'ט און נעמען קעבל פאון סערוויס.
באלד בינעך שוין צוגעוואוינט צו נוצן בלויז מיין סעלפאון..
העלפט ארויס א אידן בעת צר.
זונטאג מאי 01, 2011 12:03 pm
די בעסטע עצה איז ווי נאר מען האט אזא פראבלעם מיטן ליין סוויטש מען אריבער צו ווערייזאן, זיי פיקסן עס דעם אנדערן טאג, דערנאך טוישט מען צוריק צו די ביליגערע אידישע פירמע'ס. עז סימפאל עז דעיט.
זונטאג מאי 01, 2011 12:10 pm
א דאנק.
יעצט האבן זיי עס ענדליך פארראכטן )נאך א חודש(. העמיר ווארט נאך א וואך, ווען ס'וועט זיך נאכאמאל צוברעכן...
זונטאג מאי 01, 2011 12:31 pm
לאז געמאכט האט געשריבן:טייפ עס אריין אינעם בלעקבערי ווען די העלפ סקרין איז אפען.
מאכט אבער זיכער אז די אפטיים אינאך די זעלבע ווי דאס וואס האסט אריינגעלייגט אינעם גענערעטער.
איך טייפ איין מאל און נאכאמאל, וואן דעי, 30 דעיס, און גארנישט געשעט נישט.
עפעס טו איך ראנג?
וואס איז די קי דורעשאן?
זונטאג מאי 01, 2011 1:58 pm
דעי קי עקספייערט. די לענגעסטע וואס מ'קען עס מאכן איז דרייסיג טאג. יעדע מאנאט דארף איך איבערמאכן די שפיל.
וויזוי עפענסטו די סייט דורכן פיסי? אויב עס ארבעט נישט מיט איי אי פרובירט פייערפאקס.
זונטאג מאי 01, 2011 3:14 pm
ניין ניין,
דיין סייט ארבעט גוט, איך רעד פון מיין בב, איך טייפ דארט אויפן העלף מי! סקרין די גענערעיטעד קי, אבער גארנישט פאסירט נישט.
דארף מען דרוקן ענטער נאכדעם? ארבעט אויךנישט.
זונטאג מאי 01, 2011 3:29 pm
ניין מען דארף נישט דריקן ענטער. מאך זיכער ס'איניש אנגעשטעלט אויף אידיש. מאך זיכער אלע וועליו'ס זענען פונקטליך אויסגעפילט.
פרייטאג מאי 06, 2011 12:33 pm
צוריק צום נושא....
שטייט'ס אוועק פון ווערייזאן היים פאון קאנאקט!!!
נעכטן האביך באקומען א ביל פון העכער דריי מאות. 170 פאר ערלי טערמענעשאן. 35 פאר ריסטאקינג פי 35 פאר עקטעוועשאן פי 70 פאר צוויי חדשים סערוועס.
גענוצט האביך עס פאר זעקס טאג! פון מארטש 23 ביז מארטש 30 למספרם. זאגן זיי אז מיין ביל סייקעל איז 26 סא די ערשטע דריי טאג איז געווען איין חודש און די נעקסטע דריי טעג נאך א חודש.. און מען דארף צאלן פארן גאנצן חודש אפי' מען האקט אפ דעי סערוועס אינמיטן. סארא מין חוצפה דאס.
פרעגיך פארוואס האט מען קובע געווען די ביל סייקעל דריי טעג נאכן עקטיוועטן אזוי ארום זאל תיכף ווערן נאך א חודש?? תיקו.. אבער אזוי אידאס און פערטיג.
ווייטער פארפיר'יך כ'האב דאך תיכף צוריקגעשיקט טא פארוואס רעכנט איר ערלי טערמינעשאן? נאך לאנגע מינוט'ן קומט זי צוריק אז אין הכי נמי מען גייט עווענטועל אראפנעמען די טשארטש, איי ס'איז שוין איבער א חודש צוריק געשיקט? תיקו.
פרעגיך ווייטער מען האט דאך אפגעשמועסט אז מען גייט מיר נישט רעכנן עקטיוועשאן פי? זי האט געלייקענט להד"ם.. האביך געזאגט אז ס'שטייט קלאר אויפן סייט?! איז זי געגאנן קוקן און געזאגט אז זי זעהט עס נישט. בקיצור כ'האב געבעטן א סופערווייזער... נאך טענה'ן הין און צוריק צוריק אין אהין איז געבליבן אז א מענעגער האט געזאגט אז מען קען מיר א "טובה" טאן און גיבן קרעידט. (איך לייג ביי א בילד פון ווערייזאןווייערלעס.קאם זאל דער עולם זעהן למי החותמות ולמי השטותים).
free.PNG
למעשה האלט מען דא אז מען האט אראפגעפייט 35 דאלער, 170 זאגן זיי אז ס'גייט עווענטועל אראפגיין. בלייבט נאך אלץ 114& פאר סערוועס פון 6 טאג.
און קורצן טרייט'ס עס נישט אויס! עס וועט אייך אסאך קאסטן! מיר האט געהערט פון נאך עטליכע וואס האבן עס פרובירט און אזוי ווי מיר דארפן אלע זיך ספראווען מיט 300 דאלער'דיגע ביל'ס.
שעים אן יא ווערייזאן.
זונטאג דצמבר 04, 2011 7:16 pm
חוץ לאז געמאכט איז דא נאך איינער וואס האט עני עקספיריענס מיט די ווערייזאן היים פאון קאנעקט?
זונטאג נובמבר 25, 2012 2:19 pm
איך האב הערשט אראפגעלייגט מיט ווערייזאן, און באשטעלט דעם האום קאננעקט. קים איך אהער זעה איך אז ס'איז צרות.
ווייסט איינער עפעס מער אויף דעם צו זאגן??
די סיבה פארן עס נעמען איז פשוט פאר די פרייז. איך פלעג באצאלן פאר Frontier נאכן נוצן לייפליין, $35 א חודש. ס'האבן מיר שוין אסאך געזאגט אז די פרייז איז זייער פאני ווייל קיינער צאלט נישט אזוי סאך, אבער דאס איז די מציאות, ממילא $19.99 א חודש קוקט מיר אויס זייער געשמאק.
די שאלה איז יעצט טאקע צי איינער האט עפעס גוטע אדער שלעכטע פיד בעק, איך בין גאר ווייניג אינטערעסירט פאר פרישע קאפ ווייטאג.
דינסטאג נובמבר 27, 2012 2:17 pm
נאך איינמאל. אפשר דאך???