ווערייזאן היים פאון קאננעקט

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2387
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

ווערייזאן היים פאון קאננעקט

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג מארטש 27, 2011 1:42 pm

ווערייזאן היים פאון קאננעקט איז א פארהאלטמעסיג נייע סערוועס פון ווערייזאן ווייערלעס.
ס'איז אזא קליינע מאשינקע וואס מען קען דערינען איינשטעקן א היים טעלעפאן, אבער עס ארבעט מיט זייער ווייערלעס נעטווארק, די מאשין ברויך מען נאר איינשטעקן אין די וואנט (עס קומט אויך מיט א בעטערי בעקאפ און פאל פון א בלעקאוט).

די מעלות פון דעם פראגראם זענען פארשידענס:
- מען קען האלטן די זעלבע אלטע היים טעלעפאן נאמבער.
- ס'איז זייער ביליג, ווערייזאן רעכנט אונגאנצן צוואנציג דאלער א חודש צו קלינגן אנלימעטעט אין גאנץ אמעריקא.
- די מאשינקע באקומט מען פריי פון אפצאל (מען דארף זיך מחייב זיין פאר צוויי יאר).
- מען קען עס ארום טראגן למשל זומער קעמען עס טראגן אין די קאנטרי, אדער ווען מ'שטייט ערגעץ איין וכדו'. אלעס מיט'ן זעלבן היים טעלעפאן נומער.
- עס האט נישט קיין ווייער'ס וואס קען זיך צורייסן אויף די גאס וכדו'. (כ'בין געווען א וואך אן א טעלעפאן צוליב א שטורעם אויפן גאס).

אויבן אויף איז עס מלא מעלות, האביך עס טאקע'ן באשטעלט און עס ליגט שוין אין שטוב אפאר טאג. למעשה האלט עס יעצט שוין אויפן וועג צוריק... אנשטאט האביך באשטעלט א רגעולער טעלעפאן קאמפעני פארן שטוב [זיי גיבן אויך גאר גוטע פרייזן. ווער עס דארף זייער נומער קען פרעגן אישי].

די חסרונות זענען:
- ס'איז זייער קלאר, אבער ווייט נישט אזוי קלאר ווי א רעגולער היים טעלעפאן. [מזמן לזמן האט עס געקענט עטוואס קראצן].
- קאלער איידי גיט עס (אזוי ווי אויף א סעללפאון) נאר די נומער פונעם רופער אבער נישט די נאמען.
- די וויואס מעיל איז דארט ביי דיפאלט און עס האט קאנפליקטעט מיט מיין געהעריגע ענסערינג מאשין, אפי' נאכן בעטן זיי זאלן דאס אראפנעמען ארבעט נאך אלץ נישט געהעריג די ענסערינג מאשין.
- מען קען עס נישט נוצן פאר א פאקס מאשין, אונטערנעט, קרעדיט קארד מאשין א. ד. ג..
- מען ווערט אריינגעשלאסן פאר צוויי יאר, אויב מען וויל טוישן אונדערמיט קאסט עס 175 דאלער.
- פאר לאנגדיסטענס (אויסער די פאראייניגטע שטאטן) האבן זיי נאר טייערע פלענס.

ווי געזאגט האבן די חסרונות איבערגעשטיגן די מעלות און כ'האב שוין אויפגעסיינט פאר א רעגולער היים סערוועס צוריק.
ווי נאר עס וועט ווערן אקטיוו גייט די ווערייזאן מאשינקע צוריק אין באקסל געשטעלט ווערן און אוועקגעשיקט ווערן מיטן פרי פעדעקס לעבעל.

כ'שרייב עס וועגן דעם איר זאלט עס נישט דארפן אליינס פרובירן. כאטש כ'האב טאקע נישט געהאט קיין געלט שאדן פון עס פרובירן ב"ה איז עס אבער יא קיינד אוו עי קאפ דרייעניש.

א דאנק פארן אריינלייגן די שורות לתועלת הרבים.

לאז געמאכט - פה אייוועלט יצ"ו

prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

תגובהדורך prowed jew » זונטאג מארטש 27, 2011 1:46 pm

שכח פאר די נייעס כ'האב עס שוין שיעור נישט געמאכט נאכדעם וואס איינער האט מיר צוגערעדט
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » זונטאג מארטש 27, 2011 3:18 pm

עס קוקט אויס א גוטע זאך וואס קען צוניץ קומען פאר די וואס פארן אפט ארום.

איין זאך וויל איך נאך פארשטיין, צו דארף עס זיין דוקא אין די הויז? אדער מען קען עס פונקט אזוי האלטן אין קאר, אדער סיי וואו?

ווייל עס איז נישט קיין שלעכטע זאך אויב מען קען האבן איין טעלעפאן וואס מען קען איבעראל ארומנעמען, אמאל קען עס אמאל גוט זיין פאר א צווייטע ליין, און פאר נאך אנדערע גוטע זאכן.

עס הערט זיך אזוי ווי א סעלפאן, וואס מען לייגט אויפן וואנט, מיט די איינציגסטע חילוק אז עס קאסט א דריטל אדער א פערטל די פרייז.

צו האב איך עס ריכטיג ארויס?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2387
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג מארטש 27, 2011 3:28 pm

די איידיע איז געמאכט פאר א שטוב. ארום צו טראגן איז דא פיל קלענערע מאשינען וואס האבן שוין אלעס אין זוך. דעס צו נוצן דארף מען האבן א געהעריגע טעלעפאן פלאס די מאשין וואס איז א היפשע שלעפ. באט טעכניש קענסטו עס נוצן ווי אימער דו ווילסט.

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » זונטאג מארטש 27, 2011 3:39 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:די איידיע איז געמאכט פאר א שטוב. ארום צו טראגן איז דא פיל קלענערע מאשינען וואס האבן שוין אלעס אין זוך. דעס צו נוצן דארף מען האבן א געהעריגע טעלעפאן פלאס די מאשין וואס איז א היפשע שלעפ. באט טעכניש קענסטו עס נוצן ווי אימער דו ווילסט.


אפשר ביזטו מסביר פארוואס מען דארף א געהעריגע טעלעפאן (דו מיינסט אפשר דעם וואנט טעלעפאן, אבער פארוואס קען איך נישט קויפן א קליינע וואנט טעלעפאן וואס מען קען יא ארומטראגן צ.ב. אין קאר וכדו').

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2387
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג מארטש 27, 2011 4:02 pm

כ'האב קלאר געשריבן אז טעכניש איז עס מעגליך. עס איז אבער נישט פראקטיש.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11054
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג מארטש 28, 2011 3:49 pm

לאז געמאכט האט געשריבן: קאלער איידי גיט עס (אזוי ווי אויף א סעללפאון) נאר די נומער פונעם רופער אבער נישט די נאמען.

סאיז דא פאר בלעקבערי א קאמפאני מיסטער נומבער וואס שטעלט צי די נאמען אויך
http://mrnumber.com/
http://appworld.blackberry.com/webstore/content/13156
פארלאנגט זיך א עקסטערע אשכול לכאורה

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2387
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג מארטש 29, 2011 11:10 pm

שכח פאטאקי פאר די מיסטער נאמבער פראגראם, עס האט זייער נוצליכע און גוטע פיטשער'ס, אבער ליידער שלעפט ער אראפ דעם גאנצן בערי, כ'האב עס תיכף געמערקט און די ספעציעלע טעסט זאגט אויך אזוי. (זעהט בייגעלייגט די ארגינעלע לעב ריזאלטס...).

דא איז טאקע אין פלאץ מעורר צו זיין אלע וואס רעדן זיך אפ אז די בער זייערע שלאפט, זאלן גוט בודק זיין וועכע פראגראמען זיי האבן, אמאל איזעס איין פראגראם וואס איז שלעכט געשריבן און דער פארנוצט אלע ריסארסעס, און איז דיירעקט גורם אראפצושלעפן דעם בער'ס ריספאנס.

נ.ב. עס וואלט כדאי געווען אריינצושלעפן די צוויי תגובות צום בלעקבערי ווינקל והכל על מקומו יבא בשלום. שכח.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11823
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג מארטש 29, 2011 11:23 pm

ווי ראנט מען אזא לעב טעסט?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2387
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך מארטש 30, 2011 12:07 am

דעס רופט זיך אינזענירנג סקרינס וואס איז אריינגעבויט אין יעדע בלעקבערי. עס איז באהאלטן אבער פונעם באנוצער מען דארף א ספעציעלע קאוד עס צו עפענן.

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » מיטוואך מארטש 30, 2011 7:46 am

ס'דא עטליכע מר. נאמבערס.

די אויבנדערמאנטע וואס טוט אויטאמאטיש סקרינען יעדע פאון קאל און דאס פארנוצט אסאך מעמארי ווי רעב לאז האט צוגעברענגט.

אויך קען מען עס נוצן צו נאכזוכן א נומער וואס איז נישט קענטליך וואס דאן נוצט עס גארנישט, ווי איך זע פון מיין בב.

דער מר נאמבער קען דיר אויסזאגן אויך די נעמען פון סעלפאון נאמבערס, דאס ארבעט גאנץ גוט גאנץ אפט, און זיי האבן דיין נאמען מיט דיין סעל נאמבער ווייל עמיצער וואס האט דיין נאמען און סעל גע'סטארד אויף זיין סעל האט אויך דעם פראגראם, און וועט אויך פון דיר קאפירן דיין קאנטאקט ליסט אריין אין זייער דעטעבעיס.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 30, 2011 12:50 pm

דאס מיינט ער טוט הידען דעטע סקרינינג.

א שפיאן אין אידיש.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מיטוואך מארטש 30, 2011 2:28 pm

זיי טוען דאס נאר אויב מען גיבט זיי רשות. ער פרעגט בשעתן אינסטאלן אויב די ביזט מסכים זיי זאלן נוצן דיין אינפאו.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך מארטש 30, 2011 6:08 pm

אךשמח האט געשריבן:ס'דא עטליכע מר. נאמבערס.

די אויבנדערמאנטע וואס טוט אויטאמאטיש סקרינען יעדע פאון קאל און דאס פארנוצט אסאך מעמארי ווי רעב לאז האט צוגעברענגט.

אויך קען מען עס נוצן צו נאכזוכן א נומער וואס איז נישט קענטליך וואס דאן נוצט עס גארנישט, ווי איך זע פון מיין בב.

דער מר נאמבער קען דיר אויסזאגן אויך די נעמען פון סעלפאון נאמבערס, דאס ארבעט גאנץ גוט גאנץ אפט, און זיי האבן דיין נאמען מיט דיין סעל נאמבער ווייל עמיצער וואס האט דיין נאמען און סעל גע'סטארד אויף זיין סעל האט אויך דעם פראגראם, און וועט אויך פון דיר קאפירן דיין קאנטאקט ליסט אריין אין זייער דעטעבעיס.

נו, וויאזוי מאכט מען דאס עס זאל נאר אויסגאזן די סודות פון חדר?

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך מארטש 30, 2011 6:08 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:דעס רופט זיך אינזענירנג סקרינס וואס איז אריינגעבויט אין יעדע בלעקבערי. עס איז באהאלטן אבער פונעם באנוצער מען דארף א ספעציעלע קאוד עס צו עפענן.

אהער מיטן קאוד!

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2387
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך מארטש 30, 2011 8:32 pm

ווינקל כ'האבעס דיר געשיקט באופן אישי. כ'פלאן עס ארויפצושטעלן אויף א סייט בקרוב זאל יעדע עס קענען אליינס גענערעטן. (עס איניש איין קאוד וואס ארבעט פאר יעדען מען דארף דאס גענערעטן.)

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2387
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך מארטש 30, 2011 11:28 pm

http://www.ektronic.com/escreen.html

דריקט'ס אלט-שיפט-H אויפן בלעקבערי און לייגט אריין די אינפא פון דארט אין די קעסטעלעך, דאן לייגט אריין די קאוד אין דעם סקרין.

מער אינסטראקשענס וויזוי עס צו נוצן וועלן נאכפאלן אי"ה.

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דאנארשטאג מארטש 31, 2011 12:53 pm

דער לינק וואס האסט דא ארויפגעלייגט ארבעט נישט ביי מיר.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2387
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג אפריל 03, 2011 12:25 am

סארי. ס'אישוין געפיקסט.

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » זונטאג אפריל 03, 2011 1:25 am

וואס טוה איך מיט'ן קאוד וואס איך באקום? עס געשעהט נישט גארנישט ווען איך לייג עס אריין.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג אפריל 03, 2011 5:19 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:http://www.ektronic.com/escreen.html

דריקט'ס אלט-שיפט-H אויפן בלעקבערי און לייגט אריין די אינפא פון דארט אין די קעסטעלעך, דאן לייגט אריין די קאוד אין דעם סקרין.

מער אינסטראקשענס וויזוי עס צו נוצן וועלן נאכפאלן אי"ה.

וועלכער סקרין?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2387
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג אפריל 03, 2011 5:22 pm

אפאר זאכן צו מאכן זיכער...

אלע אינפא איז ריכטיג אריינגלייגט. (למשל ביי אפטיים לייגט מען נישט די ווארט סעק נאר די נומערן, ביי די ווערסיע לייגט מען פונקט אזוי ווי ס'שטייט מיט די רינגעלעך)

בשעת'ן אריינלייגן די קאוד מאכט זיכער אז די קיבארד איניש אנגעשטעלט אויף אידיש.
אויב אידא נומער'ן מאכט זיכער צו קוועטשן אלט מיט די נומער כנהוג.
די לעטער'ס לייגט מען סתם נישט קעפיטעל וכדו'.

הצלחה

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2387
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג אפריל 03, 2011 5:23 pm

ווינקל האט געשריבן:וועלכער סקרין?

סקרין הנקרא 'העלפ מי' ווען מ'קוועטש שיפט אלט H קומט ארויף די סקרין.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג אפריל 03, 2011 5:25 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:וועלכער סקרין?

סקרין הנקרא 'העלפ מי' ווען מ'קוועטש שיפט אלט H קומט ארויף די סקרין.

וואו לייגט מען אריין דארט א קאוד?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2387
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג אפריל 03, 2011 5:31 pm

מ'זעט נישט גארנישט. אבער עס ווערט געטאן גרויסע זאכן. די טייפ נאר.


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט