עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דאנערשטאג מרץ 24, 2011 1:30 pm
איינער דא וואלט אפשר געוואוסט וועלכע וואקיום קלינער איז כהיום די בעסטע?
כ'זוך וועלכע עסיז די בעסטע, שטארק, באקוועם צי ניצן, אויב מעגליך מיט ווייניג גערודער.
(דערווייל האביך נישט קיין קארפעט)
און אויב מעגליך וואו מ'קען דאס קויפן
Advertisement
פרייטאג מרץ 25, 2011 4:07 pm
איך האב יעצט געקויפט א מילי וועקיום קלינער דאס איז היינט צו טאג דער מלך צווישן אלע וועקיום קלינער'ס (ביז לעצטענס פלעגט זיין עלעקטרעלאקס עס איז אינטער געגאנגען) דער מילי איז באמת געוואלדיג עס דארף צו קאסטען בערך 350 (אן די קארפעט שטיקעל)
פרייטאג מרץ 25, 2011 5:00 pm
יישר כח שינאווער חסיד,
אוואו קויפט מען דאס?
יישר כח
פרייטאג מרץ 25, 2011 5:24 pm
איך האב לעצטנס געקויפט א נייע, א מילי אלימפוס וואס קומט אן די שטיקל פאר די קארפעט (מקען עס צוקויפן שפעטער), אויף עמעזאן איז עס דא פאר $299, האסט דארטן אויך ריוויוס וואס מענטשן שרייבן, וואס קען דיר צוניץ קומען.
איך האב עס למעשה געקויפט ביי די באזז, זיי האבן עס לעצטנס געהאט אויף סעיל פאר די זעלבע פרייז,
די מעלה פון קויפן ביי א היימישע געשעפט איז, אז טאמער האסטו עפעס א פראבלעם האסטו צו וועם צו צוריקצוגיין, איך רעד שוין נישט פון די חלק פון שטיצן א היימישע איד...
געווענליך פאר פסח האבן די עלעקטראניק געשעפטן סעילס אויף דעיע מין זאכן, סאיז כדאי א זיך צו טאן.
שבת מרץ 26, 2011 8:14 pm
יישר כח באנדל,
האסט א מאדעל נומ#? אדער אזוי הייסט'ס?
יישר כח
שבת מרץ 26, 2011 9:33 pm
די עלעקטרולוקס איז פול שטערקער פון מילי.
איך האב געהאט א מילי און סאצעך צעבראכן אז ס'לוינט נישט פיקסן, האב איך גערופן דעם מר. מעקס ער קומט אראפ אינדערהיים און פארקויפט עלעקטרולוקס די איבערגעמאכטע מיט א נייע קעיס און א לעקטעריק האוס (פייפ) און שטעקן (נישט פאר קארפעט).
ער בעט 500 און געט א יאר אינהאום וואראנטי.
ער איז אבער א סוחר און רעדט גוט, נישט אייביג דארף מען זיך לאזן פון אים וד"ל..
שבת מרץ 26, 2011 10:01 pm
באנדל; סארי פארן דיך דרייען א קאפ, איי האופ יו דאונט מיינד.
קודם יישר כח פארן לינק, די מאשין איז א אזא מאשין וו.צ.בש די אלטע אלעקטראקס מאשין?
כ'אב שוין איינמאל געהאט א דזשאנק און כ'בין נישט גרייט פאר נאך איינס, סא מיין פראגע איז אויב דאס איז א שטארקע כלי,
נאך אזאך; ווי גייט די שמוץ אריין אין א ריפלעסעבל בעג אדער כ'ברויך דאס אליין רייניגן?
יישר כח.
שבת מרץ 26, 2011 11:15 pm
איך קען דיך נישט קאמפערען דאס צו די אלטע עלעקטרולוקס, פשוט ווייל איך האב עס נישט געהאט,
לגבי די שטארקייט און גוטסקייט דערפין קען איך אזויפיל זאגן, ביי די באזז האבן זיי מיר געזאגט אז מילי הייסט היינט די טאפ אף די ליין, און דאס האט ער מיר רעקאמענדירט פאר א גוטע מאשין,
איך האב עס דערווייל סך הכל פאר אפאר וואכן, ממילא קען איך דיר נישט צופיל זאגן, דערווייל ארבעט עס פיין, און טוט זיין דזשאב.
פרוביר צו קוקען אביסל אויף די ריוויוס אפשר קען עס דיר העלפן.
יא, די שמוץ גייט אריין אין א בעג.
שבת מרץ 26, 2011 11:42 pm
מיר פארמאגן א MIELE (איך רוף עס 'מילא', נישט מילי) שוין לאנגע יארן, מיט שטארקע צופרידנהייט ב"ה
זונטאג מרץ 27, 2011 1:36 pm
איך געדענק נישט וואס איך האב אינדערהיים, א מיעלע הייסט היינט (שוין די לעצטע פאר יאר) די בעסטע אין די מארקעט (איך ווייס נישט פונקטליך פארוואס), קאסטן קאסט עס אויך דאכט זיך די טייערסטע, אבער עס הייסט אז עס דארף זיך האלטן.
עלעקטרעלאקס, שמעתי אז זיי האבן שטארק פארלוירן די לעצטע פאר יאר פון זייער קוואליטעט, היינט איז עס שוין בכלל נישט וואס עס איז געווען.
איך געדענק נישט צו איך האב למעשה געקויפט א מיעלע, ווייל דאכט זיך מיר אז עס איז געמאכט אין דייטשלאנד.
------------------
נעכטן געקוקט, איך האב א ראיעל (אין שטוב האט מען מיר געזאגט אז ראיעל איז נישט קיין ברענד נעים, מן הסתם וועלן אסאך נישט וויסן דערפון)
לעצט פאראכטן דורך
איזעי אום מיטוואך מרץ 30, 2011 12:59 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג מרץ 29, 2011 4:11 pm
אונגי זאגט אז "באש" איז די בעסט שוין געהאט עלעקטראלאקס
דינסטאג מרץ 29, 2011 11:51 pm
איך האב א מילי שוין א צירקע עטליכע יאר, געקויפט ביי וומסב"ג וועקיום ענד סאואינג אויף ראובלינג, ארבעט זייער פיין.
קרעמער, די געשעפטסמענער רופן דאס 'מילי'.
זונטאג אפריל 03, 2011 3:46 pm
א גרויסער יישר כח פאר איעדעם איינעם.
כ'אב למעשה געקויפט א מיעלי (אויב כ'אב'ס גוט געשריבן).
געקויפט ביי "דאדי'ס" אין ב.פ. פאר 300, פלאס א שטיקל פאר די פארקעעי; קארפעט ווי געשמועסט האביך דאך נישט און די שטיקל וואס קומט מיט דערמיט איז נאר פאר קארפעט און נישט פאר פארקעי מילא האביך געמוזט קויפן א עקסטערן פארט, וואס לויט איך פארשטיי וואלטיך נישט געוואוסט אז כ'מיז'ס קויפן ווען כ'קויפ'ס אויפן נעט ביי ???.קאם
זונטאג מאי 08, 2011 5:50 pm
איך האב לעצטנס געהערט איבער א נייע סארט "ראובאט וועקיום קלינער" וואס פאהרט ארום אליינס אין די גאנצע הויז, און עס האט אזא סענסער וואס שפירט ווי ער דארף אלץ קלינען. האט עמיצער עני עקספיריענס דערמיט? צו געהערט עפעס דערוועגן?
פרייטאג יוני 24, 2011 6:27 pm
משה פאלאפל האט געשריבן:איך האב לעצטנס געהערט איבער א נייע סארט "ראובאט וועקיום קלינער" וואס פאהרט ארום אליינס אין די גאנצע הויז, און עס האט אזא סענסער וואס שפירט ווי ער דארף אלץ קלינען. האט עמיצער עני עקספיריענס דערמיט? צו געהערט עפעס דערוועגן?
פרעג אן בעילאוט'ן
קוק די לעצטע שורה פון די תגובה