Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

אלעס ארום לאטערי'ס

זונטאג מרץ 13, 2011 3:05 pm

איך בין נייגעריג וואס דער עולם האלט דא

לוינט זיך צו קויפן לאטערי'ס?

אויב יא וואו אפט?

וועלכע האט די מערסטע טשענס אפילו קליין געלט?
לעצט פאראכטן דורך מר. קליען אום שבת מרץ 26, 2011 8:31 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

Advertisement

זונטאג מרץ 13, 2011 3:12 pm

אין מבאר רבותינו איז געשטאנען פאר 2 וואכן צוריק בשם צדיק אחד אז אום חודש אדר איז כדאי צו קויפן א לאטערי.

זונטאג מרץ 13, 2011 3:12 pm

נישט עס איז כדאי נאר "עס שאדט נישט"

דרך אגב די הארץ צוגייט מיר ווען איך זעה די מענטשן וואס האבן נישט קיין פרוטה און שטייען און קויפן איינס נאכן אנדערען דערביי שרייענדיג אזוי פראפעסינעל גיוו מי ע 32 ...56...74

איך ווייס איינער וואס ספענט אפאר הונדערט דאללער א.....וואך!
מען דארף אים צוגיין זאגן גיי פאר העלפ

זונטאג מרץ 13, 2011 3:18 pm

דו האסט מער טשענס צו כאפן א עקסידענט ווי געווינען די מעגע מיליאן ווייל א עקסידענט איז איינס אין א מיליאן אבער די לאטערי איז איינס אין דריי מיליאן!!! :P

זונטאג מרץ 13, 2011 3:43 pm

פיינע נייעס, פיין געשריבן.

איך קויף אמאל אמאל ווען די לאטערי איז א הויכע נומער, די שאנסן צו געוואונען זענען גארנישט ווייניגער (און גארנישט מער, אגב, די שאנסן צו געוואונען שטייען בערך ביי 000.00000 אפשר עפעס מער...), און אויב שוין פאנטאזירן זאל שוין זיין אויף גרויסע נומערן.

צו קויפן א לאטערי פאר א געזונטע מענטש איז גוט ווען מען הייבט אן האבן פייגעלעך אין קאפ, אז מען קען אפשר געוואונען, א נארמארלער מענטש וואס קויפט נישט געווענליך קיין לאטערי, נאר אמאל ווען עס הייבט אים אן שפילן אין קאפ, געווענליך נאכן קויפן צוויי מאל און נישט געוואונען, וועט ער נישט קויפן פאר די קומענדיגע שטיק צייט.

אגב, אויף די וועבסייט פון די לאטערי, שטייט דארט אינסטרוקציעס, די לעצטע פון די אנווייזונגען איז, אז נאכדעם ווען דו פארלאזט דעם געשעפט, "הייב אן צו פאנטאזירן"...

זונטאג מרץ 13, 2011 3:58 pm

איך האב אמאל געהערט,די קלוגע ביזנעס לייט צאלן דאך אסאך שטייער וואו איז די יושר אז די נערנים צאלן גארנישט,האט מען געמאכט די לאטערי...

דאנערשטאג מרץ 24, 2011 1:53 pm

די מעגע לאטערי האלט ביי 312 מעלאנעס

דאנערשטאג מרץ 24, 2011 2:01 pm

מר. קליען האט געשריבן:די מעגע לאטערי האלט ביי 312 מעלאנעס

מיט קערלעך אדער אן?

סייווי וויל איך אביסל בארוהיגן דעם עולם, אז געווענליך ווען איינער געוואונט שוין אזא גרויסע לאטערי, איז דא צוויי אדער מער געוואונער'ס, במילא זאלט איר אפי' נישט חלומ'ן פון רייכער ווערן אויפאיינמאל מיט הונדערט און אכציג מיליאן (דאס איז בערך וויפיל מען באקומט למעשה פון אזא גרויסע געווינס, אדער אביסל מער, אדער אביסל ווייניגער).

פרייטאג מרץ 25, 2011 2:57 pm

היינט ביי די ברכה שלא עשנו גוי האב איך געטראכט אביסל וואס דעי ברכה באדייט,עס איז ממש א 30 מאל צו מער, מער טשענס צו געוואנען די לאטערי ווי צו געבוירן ווערן א חסידישע איד ביי די סמעטענע פון כלל ישראל..

אוי ברוך אתה ד' אלוקינו מלך העולם שלא עשנו גוי!!!!

שבת מרץ 26, 2011 8:29 pm

איינער פון אפסטעיט נו יארק איז די געווינער פון די 319 מיליאן דאללער! א שאד מען גייט אין קאנטרי הערשט שפעטער.......
שרייב א תגובה

Advertisement