בלאט 1 פון 2
נישט פארגעסן צו רוקן דעם זייגער
פארעפענטליכט: שבת מרץ 12, 2011 11:01 pm
דורך מר. קליען
נישט פארגעסן צו רוקן דעם זייגער היינט ביינאכט א שעה פאראויס
און די זעלבע צייט מאכט זיכער די סמאוק/קארבאן אקסייד דידעקטער ארבעט
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 13, 2011 8:46 am
דורך ארט און מוזיק
מר. קליען האט געשריבן:נישט פארגעסן צו רוקן דעם זייגער היינט ביינאכט א שעה פאראויס
און די זעלבע צייט מאכט זיכער די סמאוק/קארבאן אקסייד דידעקטער ארבעט
היינט ציטאגס ברויך מען שוין נישט ריקן קיין זייגערס (כמעט)
די סעלפאן ריקט זיך אליין די קאמפיאטער אויך אין היינט איז שוין די א סאך וואנט זייגערס וואס ארבייטען מיט סעטערלייט... נו???
כמיין אז די פייער דיפארטמענט וועט ברויכן טרעפן א צווייטע צייט צי מאכן די די סמאוק/קארבאן אקסייד דידעקטער דרייוו...
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 13, 2011 11:58 am
דורך מר. קליען
דרך אגב עס איז קארבאן "דיאקסייד"
קיינמאל נישט צו שפעט
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 13, 2011 1:06 pm
דורך זכר באנדל
ס'נישט אויך נישט קארבאן "דיאקסייד", נאר קארבאן "מאנאקסייד"
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 13, 2011 1:07 pm
דורך מר. קליען
אהה האסט געכאפט וואס איך האב געוואלט.....
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 13, 2011 7:12 pm
דורך יגעתי ומצאתי
כ'האב אמאל געהערט אז דאס רוקן די זייגער איז א דייטשע אויסטרעף, איז דאס ריכטיג?
אגב, ס'איז ידוע אז רביה"ק מהר"י מ'סאטמאר פלעגט נישט רוקן די זייגער, ער האט אמאל געזאגט א ווערטל אז א געריקטע זייגער איז א עיר הנדחת (זייגער אין אונגאריש איז אוהר).
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 04, 2011 9:09 am
דורך moshele11211
וועט מען קענען לערנען א שעה לענגער
שווערע ארבעט אייגעטליך דארף איך ריקן ארום 12 זייגער'ס
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 05, 2011 2:40 pm
דורך אוהב חכמה
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט אז דאס רוקן די זייגער איז א דייטשע אויסטרעף, איז דאס ריכטיג?
פארגעשלאגן האט דאס דער ערשטער א פראפעסאר פון ניו זילאנד, אבער די ערשטע דאס איינצופירן למעשה איז טאקע געווען דייטשלאנד, ביי די ערשטע וועלט קריג.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 06, 2011 8:16 am
דורך מומחה עצום
דאכט זיך מיר אז אין קרעטשמע האט מען נאכנישט גערוקט דעם זייגער קען איינער ארויסהעלפן?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 06, 2011 8:20 am
דורך שנאפס
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 4:56 pm
דורך ניק ניק
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט אז דאס רוקן די זייגער איז א דייטשע אויסטרעף, איז דאס ריכטיג?
אגב, ס'איז ידוע אז רביה"ק מהר"י מ'סאטמאר פלעגט נישט רוקן די זייגער, ער האט אמאל געזאגט א ווערטל אז א געריקטע זייגער איז א עיר הנדחת (זייגער אין אונגאריש איז אוהר).
אין שו"ע סימן ש"ח ווערט גערעדט צו מ'מעג מטלטל זיין אן אוהר.
פארעפענטליכט: שבת מרץ 10, 2012 10:27 pm
דורך ווינקל
מר. קליען האט געשריבן:נישט פארגעסן צו רוקן דעם זייגער היינט ביינאכט א שעה פאראויס
און די זעלבע צייט מאכט זיכער די סמאוק/קארבאן אקסייד דידעקטער ארבעט
מ'האמיר געמאכט א קארטאפל קוגל לכבוד די מלוה מלכה צו די יארצייט פון הייליגן ר"ר אלימלך זי"ע, האב איך שוין אינאיינוועגס געזען אז די פייער אלארמס ארבעטן פיין ב"ה...
נב ס'האט נישט צוגעברענט, סהאט נאר אנגערינען די אויוון מיט אויל ויצא העשן הזה.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 11, 2012 9:32 am
דורך געלעגער
ווינקל, היינט הייסט עס שוין נישט פארברענטע קוגל. היינט רופט מען עס בלשון נקי' 'אווער נייט'
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 12, 2012 6:45 am
דורך יגעתי ומצאתי
ניק ניק האט געשריבן:יגעתי ומצאתי האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט אז דאס רוקן די זייגער איז א דייטשע אויסטרעף, איז דאס ריכטיג?
אגב, ס'איז ידוע אז רביה"ק מהר"י מ'סאטמאר פלעגט נישט רוקן די זייגער, ער האט אמאל געזאגט א ווערטל אז א געריקטע זייגער איז א עיר הנדחת (זייגער אין אונגאריש איז אוהר).
אין שו"ע סימן ש"ח ווערט גערעדט צו מ'מעג מטלטל זיין אן אוהר.
די קעפל פון די אשכול אין לשון קודש וואלט געווען "לא לשכוח לטלטל המורה שעות". הא?
(אויב כאפט איר נאכאלץ נישט, רוקן האט צוויי באדייטן [בעסער געזאגט דריי, לטלטל, להעריך, גב... {קרעדיט: איכער}])
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 04, 2012 12:22 am
דורך dell
רימיינדער
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 31, 2014 9:15 am
דורך שלעפשיץ
דערמאנונג:
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 31, 2014 9:17 am
דורך קיקיון
מר. קליען האט געשריבן:און די זעלבע צייט מאכט זיכער די סמאוק/קארבאן אקסייד דידעקטער ארבעט
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 31, 2014 10:54 am
דורך בנימין הלוי
שלעפשיץ האט געשריבן:דערמאנונג:

וואס איז פשט אז די זמנים פון הדלקת הנרות און פון מוצאי שבת און קרי"ש רוקן זיך מיט? דאס גאנצע רוקן דעם זייגער איז דאך א גויאישער מנהג?? עס לייגט זיך נישט אויפן שכל! הזאת שלעפשיץ??
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 01, 2014 9:01 pm
דורך טשייניק
בנימין הלוי האט געשריבן:שלעפשיץ האט געשריבן:דערמאנונג:
[img]
וואס איז פשט אז די זמנים פון הדלקת הנרות און פון מוצאי שבת און קרי"ש רוקן זיך מיט? דאס גאנצע רוקן דעם זייגער איז דאך א גויאישער מנהג?? עס לייגט זיך נישט אויפן שכל! הזאת שלעפשיץ??
די קשיא איז נאך מער,
ביי אונז אידן ריקט מען אויך צוריק חצות, און ביי די גוים אליין נישט, AM/PM בלייבט אלס 12.
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 01, 2014 9:02 pm
דורך נשמה
פאר איין גאנצע שעה גייט בלייבן די זעלבע מינוט.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 02, 2014 12:55 am
דורך טשייניק
בד"וו וויאזוי ארבעט עס דא, א תגובה וואס איז געשריבן א מינוט צו צוויי אלטע זייגער וועט האבן א שפעטערע דעיט ווי א תגובה געשריבן צוויי מינוט שפעטער?
לאמיר דאס יעצט פראבירן (דאס איז געשיקט פינעף צו צוויי אויפן אלטן זייגער)
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 02, 2014 1:04 am
דורך ווישוואש
מיטגעהאלטן לייוו ווי דער זייגער אויף מיין סעל האט זיך געטוישט פון 1:59 צו 1:00, סארא איבערלעבעניש..
קען מען שוין גיין שלאפן, א גוטע נאכט
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 02, 2014 1:22 am
דורך טשייניק
איך זעה שוין אויסגעשמיסט
viewtopic.php?f=2&t=122
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 06, 2015 2:30 pm
דורך קיקיון
מר. קליען האט געשריבן:נישט פארגעסן צו רוקן דעם זייגער היינט ביינאכט א שעה פאראויס
און די זעלבע צייט מאכט זיכער די סמאוק/קארבאן אקסייד דידעקטער ארבעט
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 06, 2015 2:38 pm
דורך מיסטעריעז
יאגט אייך נישט אזוי