Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

די pantry אויסגאבע - מה טיבו?

דאנערשטאג מרץ 10, 2011 9:27 pm

מיין רבי אין חדר האט מיר אויסגעלערנט אז ווען מ'לערנט חומש מיט רש"י, קען מען נישט סתם אזוי אפבעבלען דעם פסוק און נאכדעם אנפאנגען "זאגט די הייליגע רש"י" פרעגט רש"י וכו' און געגאנגען ווייטער, ס'גייט נישט אזוי, מ'דארף פונקטליך פארשטיין וואס האט געבאדערט פאר רש"י, וואס איז עהם נישט גוט געווען ביז יעצט, און אזוי קען מען גייין ווייטער לערנען און זעהן וואס רש"י קומט דא צולייגן.

הנוגע לעניננו, לעצטנס באקום איך ביי מיין טיהר, וואך איין וואך אויס, עפעס א נייע אויסגאבע, ויקרא שמו בישראל "pantry". אויבן אויף זעהט עס אויס זייער שיין, זייער רייך אויסגעשטעלט, שיינע עדווערטייזמענטס אא"וו. אבער קען מיר אפשר עמיצער זאגן וואס פונקטליך דארף געטון ווערן דערמיט? דאס דארף עפעס טוישן מיין מהלך פון איינקויפן אין גראסערי? איך מיין אז זייט די אויסגאבע האט אנגעהויבן צו ערשיינען האב איך נאך נישט געזען קיינעם ארומגיין דערמיט אין די גראסערי ווי איך קויף איין. אפשר איז דא דא איינער וואס ס'העלפט עהם יא, קען זיין, אבער איך זעה נאך נישט וואס האט געפעהלט ביז היינט פארן חרדישן אידנטום עד שבא הפענטרי ומילא את החסר. איינער ווייסט יא?

Advertisement

פרייטאג מרץ 11, 2011 10:46 am

נאך א זאך אוועק צו ווארפען

פרייטאג מרץ 11, 2011 1:45 pm

א איד האט געטראפן א וועג צו מאכן געלט.

אלזו, איז אזוי, אזוי ווי דער איד וויל דאך מאכן געלט, און זיין איינציגסטע וועג דערצו איז דורך אדווערטייזינג אין די פענטרי.
און די סבה פארוואס מענטשן זאלן דארט אדווערטייזן איז ווייל עס ווערט דעליווערט צו טויזנטער הייזער פאר אומזיסט.
ממילא האלט איך אז פשוט כדי צו העלפן א אידן, ליינט דורך די אדווערטייזמענט'ס ווען איר באקומט עס פאר איר ווארפט עס אין גארביטש (און אויב קומט אויס אז איר זעט דארט עפעס א גוטע זאך, לאזט יענעם וויסן אז איר האט געזען זיין עד אין די פענטרי).

די זעלבע זאך קען מען טון, מיט אלע פרישע פובלישינג'ס וואס שפראצן ארויס חדתין נבוט לצפרין, וואס זיי טוען דאס נאר כדי צו מאכן געלט פון די אדווערטייזינג.

בעצם די מעלה פון די פענטרי האב איך ליידער אויך נישט געהאט די זכי' צו פארשטיין.

פרייטאג מרץ 11, 2011 2:17 pm

איך האב שוין לאנג געוואלט איינפירן אז מען גייט אין גראסערי מיט א ליסטע, ניטש מען וואקט אריבער די איילס, יעצט איז דאס אסאך גרינגער, איך נעם די פענטרי, און איך גיי דורך מיט'ן ב"ב די פענטרי, און די ליסטע ווערט זייער שנעל פארטיג, און די גראסערי ארדער נעמט אסאך שנעלער.

זונטאג מרץ 13, 2011 4:45 pm

אמת, ס'העלפט צוזאם שטעלן א ליסט ספעציעל פאר ווער ס'מאכט פאון ארדעס

זונטאג מרץ 13, 2011 4:49 pm

גיי מיר אויסטרייען אויב ס'איז טאקע אזוי

זונטאג מרץ 13, 2011 9:28 pm

יא געהאלפען, נישט געהאלפן, כ'פיל מיך דא ווי א יון אין די סוכה......

וואס איז פשט יעדער האט עס שוין געקריגען נאר איך נאך נישט?

איז דאס נישט דיסקרימענעישאן???????

מאנטאג מרץ 14, 2011 2:21 pm

איך האב עס שוין אויך לאנג נישט באקומען, איך האב עס איינס צוויי מאל געזען ביי מיינע טרעפ, אבער דארט האט זיך עס געענדיגט.

איך האב א חשד, אז עס האט צוטון מיט וואו מען וואוינט, ממילא גיב איך ארויס א גילוי אלערט! ווער עס שרייבט צו ער באקומט עס אדער נישט, זאל וויסן אז עס קען פירן צו גילוי ח"ו!

דינסטאג מרץ 15, 2011 11:51 pm

מיליאנער האט געשריבן:יא געהאלפען, נישט געהאלפן, כ'פיל מיך דא ווי א יון אין די סוכה......

וואס איז פשט יעדער האט עס שוין געקריגען נאר איך נאך נישט?

איז דאס נישט דיסקרימענעישאן???????

מיטוואך מרץ 16, 2011 12:18 pm

איי זענען זיך די קינדער מחי' צו זוכען די טועמי'

מיטוואך מרץ 16, 2011 4:45 pm

איך האב עס דער וואך באקומען צום ערשטן מאל.

מיטוואך מרץ 16, 2011 4:47 pm

א שהחיינו האסטו געמאכט?

דאנערשטאג מרץ 17, 2011 7:14 am

זיי האבן געהעכערט די טועמי' טעלער'ס פון דריי אויף זעקס, אבער די ג"ס וואס מ'קען געווינען איז געבליבן ביי די זעלבע פופצן דאלער

זונטאג אפריל 10, 2011 8:04 am

קרעמער פון וויליאמסבורג איז איינע פון די געווינערס אין די פסח'דיגע אויסגאבע ביי די "אלפאבעט זופ"

זונטאג אפריל 10, 2011 4:12 pm

איך האב אויך מתחילה געטראכט מה טיבו פון די אויסגאבע, אבער די וואך זאגט מיר מיין אידענע זאל זיין געזינט אז יעדע'ס מאל וואס זי מאכט א פאון ארדער מאכט זי עס דורך דורכגיין די "פענטרי ליסט" אזוי ווייסט זי וואס צו קויפן

בכל אופן איז די אויסגאבע זייער שיין צו קוקן, די גרעפיק, די שיינע פעפער'ס, איך ווינטש עס זאל זיין מיט הצלחה

אה שיעור נישט פארגעסן, יעצט פאר פסח איז דא דארט נאך א שיינע פאר גיטע ליסטע'ס וואס קען גיט צוניץ קומען, ווי למשל די ליסט וואס מען דארף בודק חמץ זיין, אדער די פסח'דיגע ארדער, איך געדענק נישט פונקטליך אלעס אבער בשעת מעשה האב איך געטראכט אז עס קען גיט צוניץ קומען די פסח ליסט'ע'ס
שרייב א תגובה

Advertisement