Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

איז דאס א שווינדל?

מיטוואך מרץ 09, 2011 2:44 pm

א קאמפאני קאלט מיר אן און זאגט מיר אז זיי האבן מיר אויסגעוועלט צו שיקן א גיפט קארד

WOW א ריזיגע יישר כח

און הייבט מיר אן צו פרעגן מיין נאמען און אדרעס, זאג איך אים ווי אזוי קענסטו מיר שיקן א גיפט קארד ווען דו ווייסט נישט מיין נאמען און אדרעס, זאגט ער מיר איך ווייס יא איך וויל עס נאר וועריפייען
ערלעדיגט ער האט טאקע געוואוסט

שוין יעצט זאגט ער אז איך דארף צאלן 1.95 פאר שיפינג, טראכט נאו פראבלעם, אויב מאכט ער איין ראונג טריט דיספיוט איך עס, איך געב אים אמעריקן עקספרעסס

שוין יעצט טרענספערט ער מיר צו איינעם ווואס רעדט 100 מייל פער שעה וואס איך פארשטיי נישט קיין ווארט, און זאגט מיר אז ער גייט מיר טרענספערן צו די וועריפיקעישאן ליין צו באקומען א נומבער

ער טרענספערט און הייסט מיר זאגן מיין נאמען, און זאגט אז ס'גייט ווערן ריקארדעד, געב איך אים מורמל אריין מיין נאמען כדי אויב וויל ער עפעס טון זאל עס נישט זיין קלאר, הייבט דער חכם אויף די ליין און בעט מיר ספעל דיין נאמען.
זאג איך אים ר' איד דריי מיר נישט קיין קאפ איך דארף נישט דיין מתנה און האק מיר נישט אין קאפ אריין.

דאס קומט נאכדעם וואס איך האב ערגעץ געליינט אז שווינדלער נעמען ארויס אינפארמאציע פון מענטשן און ריקארדן עס אזוי אז מען זאל גארנישט קענען טון

האב איך ריכטיג געטון?

Advertisement

מיטוואך מרץ 09, 2011 2:53 pm

דער מענטש וואס רעדט 100 מייל א שעה זאגט דארט אז מיט דעם וואס דו גייסט זאגן דיין נאמען אויטאריזירסטו די קאמפאני אז זיי קענען דיך טשארדזשען 50 מיני טשארדזשעס עס וואלט דיר מסתמה געקאסט עטליכע הונדערט דאללער, און נאכדעם ווען מען וויל דיספיוטן ווייזן זיי פאר די באנק אדער קק קאמפאני א וואויס סיגניטשור ווי דו האסט זיי אויטאריזירט ארויסצונעמען דאס געלט.

איך האב א שוואגער וואס האט געהאט אקוראט די מעשה

מיטוואך מרץ 09, 2011 2:55 pm

אוודאי גוט געטון. בחינם באקומט מען כינים.

מיטוואך מרץ 09, 2011 3:22 pm

נישט מעגליך אויף די וועלט צי דיספיוטן

סטאפ שוין דיין קרעדיט קארד אז די שאדן זאל כאטשיג זיין קליין

מיטוואך מרץ 09, 2011 4:03 pm

דער חברה מאן הערט מיר נישט אויף צו קאלן
אויפן גנב ברענט דאס היטל, און ער טענה'ט אז ווען ער דארף מיין געלד האט ער דאך שוין מיין קרעדיט קארד נומער, ער דארף נישט מיין געלד, ער דארף פשוט מיין טובה...

אגב, פארוואס זאגסטו מען קען נישט דיספיוטן, איז ביי אמעריקן עקספרעס נישט אלוועיס די קאסטומער גערעכט?

מיטוואך מרץ 09, 2011 4:06 pm

אגב האט איינער דא די נומער פון די "דאו נאט קאל"
איך האב זעט אויס ערגעץ אויפגעסיינט מיין סעל נומער און איך האב שוין היינט געהאט צוויי נודנאק'ס מיט א אפפער אויף מיין סעל

מיטוואך מרץ 09, 2011 4:28 pm

פוינט בלענק. מען דארף אראפקנאקן די פאן גגגגגגגגלייך.
הייסט אז די ווילסט זען ווער סוועט געווינען, די מיט דיין דיספיוט אדער זיי מיט זייער סטעף, קאם אן אפילו מגעווינט קומט עס מיט אסאך עגמת נפש אז מזאל עס קענען פארציילן אין פריידן.
נאכאמאל, מ'קנאקט אראפ די פאון נאך סאך פאר מרעדט איין ווארט אפילו.

מיטוואך מרץ 09, 2011 4:34 pm

מי יודע האט געשריבן:אגב האט איינער דא די נומער פון די "דאו נאט קאל"
איך האב זעט אויס ערגעץ אויפגעסיינט מיין סעל נומער און איך האב שוין היינט געהאט צוויי נודנאק'ס מיט א אפפער אויף מיין סעל


888-382-1222

מיטוואך מרץ 09, 2011 4:47 pm

יישר כח

(נישט דו האסט מיר געקאלט ים רויבער!!!!!!!!!....)

מיטוואך מרץ 09, 2011 4:50 pm

איך האב שוין צוויי מאל דיספיוטעד א טשארדז,
איין מאל פון מיין קרעדיט קארטל ווען א רענטל קאמפעני האט געטשארדזט מער ווי אפגעמאכט,
א צווייטע מאל פון מיין דעביט קארטל, ווען א פירמע וואס פלעגט מיר טשארדזען יעדע חודש האט לויט מיין חשבון גענומען א איבריגע חודש.
ביידע מאל איז געווען אן קיין שום עגמת נפש, בלויז א 15 מינוטיגע פאון געשפרעך.

מיטוואך מרץ 09, 2011 4:51 pm

ים רויבער האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:אגב האט איינער דא די נומער פון די "דאו נאט קאל"
איך האב זעט אויס ערגעץ אויפגעסיינט מיין סעל נומער און איך האב שוין היינט געהאט צוויי נודנאק'ס מיט א אפפער אויף מיין סעל


888-382-1222

איך מיין דאס קען געדויערן 30 טאג
(ביז דאן קענסטאך משו--- ווערן)

מיטוואך מרץ 09, 2011 5:19 pm

סטאפ דיין קרעדיט קארד יעצט!!!

מיטוואך מרץ 09, 2011 6:09 pm

אפשר ביסטו מיר מסביר פארואס איך דארף סטאפן מיין קרעדיט קארד

דערווייל האב איך נישט אריינגערעדט צו זיי, סאו איך קען עני טיים דיספיוטן, איך האב געזאגט פאר זיי מוחל טובות איך דארף עס נישט און פארטיג

האט איינער אמאל שוין געהאט א שלעכטע עקספיריענס מיט אמעריקן עקספרעס?

מיט וויזע האב איך שוין געהאט ביים דיספיוטען אמאל אבער נישט מיט AMEX

מיטוואך מרץ 09, 2011 6:22 pm

אמעריקען עקספרעסס דארף צו זיין די גרינגסטע צו דיספיוטען. (דאס איז איינע פון די ריזענס פארוואס אסאך געשעפטן נעמען עס נישט אהן)

מיטוואך מרץ 09, 2011 6:31 pm

איך וואלט דיר געראטן, ווען זיי רופן דיר נאכאמאל, בעט זיי א אדרעס און א טעלעפאן נומער פון זייער קאמפאני (פארשטייט זיך אז דו זאלסט זיי גארנישט ענפערן, נאר נעם זיי אויף א פארהער, און ווען דו ענדיגסט לייג אראפ), און מאך א גוגל סורטש דערויף.

אויב דו קענסט נישט מאכן קיין סורטש, גיב איבער די אינפארמאציע פאר די חברים דא אין קרעטשמע, און מען וועט עס מסדר זיין אי"ה.

אויסער דעם קענסטו רופן אמעריקען עקספרעס, מעלדן איבער א טשארדזש וואס קען מעגליך קומען, איך האב נישט ערפארונג מיט אזעלכע זאכן, אבער איך מיין אז עס איז דא עצות דערויף, די רעפרעזענטעטיוו'ס דארט וועלן דיר מן הסתם ראטן, צו בלאקן דיין קארד אויף א שטיקל צייט, אז מען זאל עס בכלל נישט קענען טשארזשען, אדער עפעס ענדליך.

מיטוואך מרץ 09, 2011 8:30 pm

איך האב זיי פרובירט אויסצופרעגן אבער די רעדן דאך אזוי אומקלאר

איך האב מיר דערנאך שפילן מיט זיי, אנשטאט איך זאל פרעגן יעדע מינוט "איי דאנט אנדערסטענט" האב איך מיר גענומען רעדן צו זיין פלעין אידיש, און זיי האבן געפרעגט יעדע מינוט "וואט"?

דאנערשטאג מרץ 10, 2011 9:05 am

משיח האט געשריבן:איך האב שוין צוויי מאל דיספיוטעד א טשארדז,
איין מאל פון מיין קרעדיט קארטל ווען א רענטל קאמפעני האט געטשארדזט מער ווי אפגעמאכט,
א צווייטע מאל פון מיין דעביט קארטל, ווען א פירמע וואס פלעגט מיר טשארדזען יעדע חודש האט לויט מיין חשבון גענומען א איבריגע חודש.
ביידע מאל איז געווען אן קיין שום עגמת נפש, בלויז א 15 מינוטיגע פאון געשפרעך.

בלויז 15 מינוט...
נאכדעם דו האסט געדיעלט מיט א נארמאלע קאמפאני, ער דיעלט מיט כיטערע שווינדלערס
דיין קאמפאני וויל זיך נישט צופיל רייסן מיט דיר, זיין קאמפאני וויל נאר אפטראגן מיט זיין געלט און אים מער נישט קענען!
פארשטייסט די חילוק ?? מ'טאר זיך נישט שפילן דערמיט

דאנערשטאג מרץ 10, 2011 10:43 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:סטאפ דיין קרעדיט קארד יעצט!!!

ספעציעל אויב די האסט זיי געגעבן דיין נומבער,

און לערן דיך אויס אז די "אלע" זאכען וואס קוקט אויס אז מקען דורך דעם פארדינען גרינג געלט, ריר נישט צו דערצו,
"טויזענטער" מענטשן בריען זיך אפ דערמיט "יעדן איינציגען טאג"

דאנערשטאג מרץ 10, 2011 10:46 am

איך האב געגוגלט די נומער פון ווי זיי האבן מיר גערופן און כאפט א בליק ווי דער עולם שעלט זיי

http://800notes.com/Phone.aspx/1-516-453-5647

דאנערשטאג מרץ 10, 2011 11:15 am

איבער אפהאקן דיין קרעדיט קארד, איז ווי די זאגסט האסטו עס נישט געהעריג ארויסגעגעבן, אבער אויב האבן זיי עס, וואלט בעסער געווען עס אפצוהאקן.

און זייער גוט האסטו געטוהן מיטן נישט ארויסגעבן ווייטערדיגע אינפארמאציע.

א טובה איז ווען מען 'בעהט' עס, נישט מען טראגט זיך אן אימזיסטע טו... אממ קאפ דרייענישן.!!

דאנערשטאג מרץ 10, 2011 11:46 am

משיח א נארמאלע קאמפאני קען מען דיספיוטן אבער זיי קען מען נישט

אן אפגעבריטער

און וויל לאנג מען סטאפט נישט די קרעדיט קארד גייט יעדע חודש אראפ א מעמבערשיפ פי!!!

דאנערשטאג מרץ 10, 2011 11:48 am

מי יודע איין טובה בעט איך דיר אויב מעגליך

קום צוריק אהער ביטע און א דריי חדשים ארום מיט די טאטעל שאדן (היל"ת)

למען ישמעו ויראו!

דאנערשטאג מרץ 10, 2011 11:54 am

חיים'קע האט געשריבן:איבער אפהאקן דיין קרעדיט קארד, איז ווי די זאגסט האסטו עס נישט געהעריג ארויסגעגעבן, אבער אויב האבן זיי עס, וואלט בעסער געווען עס אפצוהאקן.

מי יודע האט געשריבן: איך געב אים אמעריקן עקספרעסס


זיי דארפן נישט מער ווי 16 נומערען מיט א דעיט און סאיז דערנאך!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

מיין עצה ווילאנג די האקסט עס נישט אפ אלץ מער געלט דערלייגסטו!!!!

בדידי הוא עובדא א מעמבערשיפ פי פון 70 טאללער פלאס א ים מיט קליינע טשארדזשעס יעדע פאר מינוט און אלץ אן אנדערע מערטשענט איי די

אפאר קליינע טשארדזשעס האבן זיי דיספיוטעט די איבעריגע איז נישט געווען מעגליך און דאס אויך נאכדעם וואס איך האב אפגעהאקט די קארטל גלייך איך האב געזען א טשארדזש

דאנערשטאג מרץ 10, 2011 12:00 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:
חיים'קע האט געשריבן:איבער אפהאקן דיין קרעדיט קארד, איז ווי די זאגסט האסטו עס נישט געהעריג ארויסגעגעבן, אבער אויב האבן זיי עס, וואלט בעסער געווען עס אפצוהאקן.

מי יודע האט געשריבן: איך געב אים אמעריקן עקספרעסס


זיי דארפן נישט מער ווי 16 נומערען מיט א דעיט און סאיז דערנאך!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

מיין עצה ווילאנג די האקסט עס נישט אפ אלץ מער געלט דערלייגסטו!!!!

בדידי הוא עובדא א מעמבערשיפ פי פון 70 טאללער פלאס א ים מיט קליינע טשארדזשעס יעדע פאר מינוט און אלץ אן אנדערע מערטשענט איי די

אפאר קליינע טשארדזשעס האבן זיי דיספיוטעט די איבעריגע איז נישט געווען מעגליך און דאס אויך נאכדעם וואס איך האב אפגעהאקט די קארטל גלייך איך האב געזען א טשארדזש


אמעריקען עקספרעסס איז דאכצעמער נאר 15 נאמבערס... :smile:

דאנערשטאג מרץ 10, 2011 12:03 pm

viewtopic.php?p=195826#p195826
שרייב א תגובה

Advertisement