איבערמאכן א שטריימל

קליידונג און קלינערס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

איבערמאכן א שטריימל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שוין
צום גוטן איז דער שבת׳דיגער כתר דער שטריימל שוין פיין אפגענוצט שוין צייט עס איבער צימאכן
מיילא קול מבשר הייסט גיין צו יופי, באט איך כ׳האב געוואלט הערן נאך אפיניאנס פון עולם דא
ווער איז גוט וויפיל דארף עס צו קאסטן?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ס'לוינט זיך נישט איבערצומאכן א שטריימל היינט צו טאגס, גיי קויף א נייע פאר די זעלבע פרייז. און א נייע מיינעך די ביליגע פאר 15-18 הונדערט דאללער
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

איך האב איבערגעמאכט מיין רעגן שטריימל ביי יופי פאר בערך 300 דאלער, ער האט געמאכט א גוטן דזשאב, כאטש איך האב געוואלט אז עס זאל אויסזען נאך בעסער. עס ווענד זיך אלעס אינעם קאנדישן פונעם שטריימל.

ער האט מיך אויסגעלערנט אפאר סודות פון חדר, אז ער קען זעהן אויף די שטריימל פארשידענע שטריכן פונעם מענטש, ווי צום ביישפיל צו מען איז א געלינקטער אדער א גערעכטער, וויאזוי מען פירט זיך ביי הבדלה, ווער עס האלט די הבדלה, דער מענטש אליינס אדער די בני בית.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

און ווען מ'דרימלט איין שבת צינאכטס, ביי די פיש אדער ביי די זופ.....
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך האב א מיללער רעגן שטריימעל וואס איז שוין איבער ....צן יאר, און די קאפעל איז אלע קאלירען חוץ שווארטץ און די האר פון פארענט נישט נארמאל און אויך עס וועגט כמעט אזוי סאך ווי מיין פריטשעדער און דערהיים, וויל איך פרעגען ווי לוינט זיך צו גיין איבער מאכען ? צו מיללער אליין אדער א אנדערע קאפעני ווי למשל יופי וכד'
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

דיין ספק איז צו דו זאלסט עס מאכן ביי מיללער בחינם, אדער ביי א צווייטן פאר א הונדערטער צוויי? אדער איז דיין שאלה צו דו זאלסט עס מאכן ביי די קאמפעני פון ווי ס'קומט אבער פאר געלט?
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

תרנגול האט געשריבן:דיין ספק איז צו דו זאלסט עס מאכן ביי מיללער בחינם, אדער ביי א צווייטן פאר א הונדערטער צוויי? אדער איז דיין שאלה צו דו זאלסט עס מאכן ביי די קאמפעני פון ווי ס'קומט אבער פאר געלט?

פארגעס פון בחנם, נאך כך וכך יארן מאכן זיי דאס נישט איבער אומזינסט (בדוק ומנוסה)
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

בחינם באקומט מען כנים, נאר איך וויל וויסען אויב איינער האט עספיריענס מיט איבער מאכען א שטריימעל ביי מיללער און בערך וויפל קען דאס אריין ציען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א רעגן שטריימל וואלט איך קיינמאל נישט איבערגעמאכט, מען קען היינט באקומען פאר ארום טויזענט דאלאר א הערליכע שטריימל סיי ביי מיללער און ביי קרויס און עס וועג ממש גארנישט.

כ'ווייס נישט צי אלעמאל אבער יעצט אין די סיזאן פאר פסח מיין איך איז אלס דא מציאות.

חוץ מזה איז רעגן שטריימל ארויס פון סטייל, היינט איז שוין דא מעיל...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דארפסמאן האט געשריבן:איך האב א מיללער רעגן שטריימעל וואס איז שוין איבער ....צן יאר, און די קאפעל איז אלע קאלירען חוץ שווארטץ און די האר פון פארענט נישט נארמאל און אויך עס וועגט כמעט אזוי סאך ווי מיין פריטשעדער און דערהיים, וויל איך פרעגען ווי לוינט זיך צו גיין איבער מאכען ? צו מיללער אליין אדער א אנדערע קאפעני ווי למשל יופי וכד'


אקוראט דאס האב איך אויך (אויסער אז ס'יז מיין געהעריגער שטריימל נישט מיין רעגן)
כ'בין תולה מיין עלית נשמה יעדע'ס פרייטיג צינאכטס אין דעם שווערן וואג פון שטריימל, אולי אויב מען מאכט עס איבער קען מען עס אויך מאכן גרינגער?
וואס וויכי זאגט אז מ'קען פאר פופצן מייקעס האבן א נייע כ'מיין אז 300 דאלער פאר א איבער געמאכטע איז נאך ביליגער, העכסטנס א נייע וועט מען קויפן בל"נ ביים חתונה מאכן בשטומ"צ, דעווייל בין איך נאך נישט קיין מחותן
אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Alien »

יהיה כן האט געשריבן:[העכסטנס א נייע וועט מען קויפן בל"נ ביים חתונה מאכן בשטומ"צ, דעווייל בין איך נאך נישט קיין מחותן


הייסט דו ביסט פון די אינגערע דא.

איך וואלט דיך געראטען צו ווארטען אויף די סעילס, דאן זאלסטו מאכן דיין דיסידזשען.
Alien
פה לבנה יצ"ו
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איבערמאכן קאסט נישט 300 דאללער, דו רעדסט אפשר פון איבערפרעסן... איבערמאכן רעכנט אריין אסאך זאכן, ווי למשל א נייע קאפל און גרינגער מאכן און נאך. דאס קאסט לכה"פ טויזענט דאללער. און ס'קוקט נישט אויס אזוי שיין ווי די נייע ביליגע שטריימלעך.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
פרוכט
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 11, 2011 12:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט »

אנטשולדיגט פארן אריינרעדן, ווייל כ'בין א יונגערמאן מיט א שטריימל אזוינס און אזעלעכס, (איר ווייסט וויפיל דאס קאסט? אה, איך ווייס אויך נישט, וואס דאס מיינט ווייסט איר יא? איך אויך נישט, מיין עידזשענט אין ישיבה האט מיר נאר געזאגט אז אזוי הייסט עס, 'אזוינס און אזעלעכס', ס'ארא נאמען, נו וואס ווייס מיר אונז) אבער כ'גלייב נישט אז בלויז צו פרעסן קאסט א $300 אפילו אן אלטן,
ס'נאר אינטערסאנט, אז מיין שטריימל וואס איז קוים עטליכע יאר, האט שוין מער ווייסע האר ווי ענקערע אלטע... 
ס'איז בכלל נישט מיין שולד, שולדיג איז דער וואס האט מיך איינגערעדט אז איך קען...
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

מען קען באקומען ביי די ערב פסח סעיל'ס די לעצטע פאר יאר, שטריימלעך פאר $500 - $800, שיין און שטארק.

מיין רעגן שטריימל (וואס אגב, פון מיין זייט איז עס פונקט אזוי גוט ווי אן עכטע), האט געקאסט $800 ביי א סעיל, און דער געשעפטסמאן האט געזאגט אז ביי נישט סעיל וואלט ער עס פארקויפט פאר $1,400.

מיט איבערמאכן האב איך נישט קיין ערפארונג
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איך האב יעצט געגעבן מיין מיללער שטריימל צו מיללער'ן זעלבסט אריין צו לייגן א נייער קאפל.

איבער מאכן דעם שווערן שוואנץ -דהיינו עס פארגרינגערן און עס מאכן מענטשליך- קאסט 15 ביז 18 הונדערט טאללער!! דעריבער האט ער האט מיר געאפערט אז כ'זאל זיך קויפן א נייער שטריימל וואס ער האט פאר 1500-1800 דאללער, דער נפק"מ איז אז אויב מאך איך איבער דעם שטריימל האב איך כאטש גוטע האר משא"כ אויב פארקויפט ער מיר א שטריימל פאר 18 מאות אינקלאדינג העווי פראפיט איז כמובן באקום איך א שוואך שטיקל, אויף דערווייל האב איך אפגעזאגט דעם אפפער און זיך געלאזט אריין לייגן א נייער ווערעך-קאפל בלע"ז.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שכוח פאר אלע מגיבים, ובפרט פאר די רעקאמענדאציעס פאר א שווערע מיללער שטריימל מיט אן אפגעקראכענעם קאפל, א שטייגער ווי מיינער
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

בן בוזי, ריקאנסידער... א נייע 1800 דאלערדיגע שטריימל גייט למעשה סאך שענער אויסקוקן אויף דיר ווי דיין איבערגעמאכטע שטריימל.

איזעי, די 600 דאללערדיגע שטריימליך זענען גארנישט ווערד, נישט קיין חילוק וואס דער געשעפטסמאן זאג אז ס'איז נארמאל ווערד.

און ניין, איך ארבייט נישט מיט שטריימלעך, אבער איך קען מיך גוט אויס דערמיט, און אויב איינער דארף עני העלפ מיט א שטריימל, בין איך גרייט צו העלפן.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

וויכי, איך זוך שוין יארן איינער וואס זאל מיר העלפן מיט א שטריימל. ענדליך.

וועלכע קאליר סחורה איז גוט צו נעמען פאר די אינסייד פון די קאפל ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

איך האב אויך א מילער שטריימעל שוין איבער 12 יאר אלט עס איז ממש ניי ווייל איך האב עס כמעט קיינמאל נישט גענוצט צוליב די שווערע וואג - איך בין געגאנגען אייביג מיט מיין רעגן שטריימל וואס איז אסאך גרינגער
איך האב פרובירט ביי מילער און ביי נאך קאמפאניס צו גרינגער מאכן די שטריימל אלע האבן זיי געזאגט עס צו מאכען גרינגער מיינט אין אנדערע ווערטער מאכן א נייע שטריימל פון דאסניי און עס וועט מיר קאסטן די זעלבע געלט באלד ווי א נייע שטריימל
אסאך הצלחה און סייעתא דשמיא אין וואס מען טוהט
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

גרויזאמער האט געשריבן:איך האב איבערגעמאכט מיין רעגן שטריימל ביי יופי פאר בערך 300 דאלער, ער האט געמאכט א גוטן דזשאב, כאטש איך האב געוואלט אז עס זאל אויסזען נאך בעסער. עס ווענד זיך אלעס אינעם קאנדישן פונעם שטריימל.

ער האט מיך אויסגעלערנט אפאר סודות פון חדר, אז ער קען זעהן אויף די שטריימל פארשידענע שטריכן פונעם מענטש, ווי צום ביישפיל צו מען איז א געלינקטער אדער א גערעכטער, וויאזוי מען פירט זיך ביי הבדלה, ווער עס האלט די הבדלה, דער מענטש אליינס אדער די בני בית.

מעגסט ארויס געבן די סודות אדער סאיז גילו?
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

שטריימעל אהער, שטריימעל אהין.

עס איז א פארגעניגן צו זעהן אז די נייע עולם דא זענען יא יונגעלייט, נישט ווי עס האט אויסגעזעהן פון טייל תגובות.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

גאנץ פרישע אינגעלייט מאכן נאכנישט איבער דעם שטריימל.... :wink:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:בן בוזי, ריקאנסידער... א נייע 1800 דאלערדיגע שטריימל גייט למעשה סאך שענער אויסקוקן אויף דיר ווי דיין איבערגעמאכטע שטריימל.

איזעי, די 600 דאללערדיגע שטריימליך זענען גארנישט ווערד, נישט קיין חילוק וואס דער געשעפטסמאן זאג אז ס'איז נארמאל ווערד.

און ניין, איך ארבייט נישט מיט שטריימלעך, אבער איך קען מיך גוט אויס דערמיט, און אויב איינער דארף עני העלפ מיט א שטריימל, בין איך גרייט צו העלפן.

איך וואלט אנגענומען בן בוזי 'ס רעקאמענדאציע.

מיין מיללער שטריימל איז 10+ יאר און איז אין א הערליכע קאנדישן, און כבין ע"פ רוב יא געגאנגן דערמיט, (אין א רעגן נוץ איך דעם רעגן שטריימל, אדער מעיל).

נאר ס'איז שווער ווי די פריזשעדער (קרעדיט: דארפסמאן).

די היינטיגע שטריימלעך מיט די ארויפגעקלעבטע ריזן שפיצן קרענקט מיר געפערליך, און איך האלט עס "דערוויייל" נישט ביים קויפן.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ווינקל, דו קענסט בעטן ביים שטריימל מאכער אז דו ווילסט נישט די הויעכע קרוינען. ס'איז א שאד דיין געלט איבערצומאכן דיין שטריימל.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

כוועל באקומען די שיינע האר וואס איך האב אויך?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32536
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ניין! דו גייסט אבער באצאלן 1800 איבערצומאכן א שטריימל, און ס'גייט נישט אויסקוקן אזוי שיין ווי די נייע 1800 דאללערדיגע.

אין קורצן, ענדערש האבן א שיינע נישט עכטע האר, ווי נישט שיינע עכטע האר.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “מלבושים”