עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דינסטאג מרץ 08, 2011 1:53 pm
א גאנץ ווינטער האט ער ב"ה פיין געארבעט, אבער די פארגאנגענע וואך האב איך עס פארלאשן פאר א טאג-צוויי, און זינט דאן וויל ער מער נישט אנהייצן דאס הויז. עס איז אנגעשטעלט צו ווארימען ביז 70, און דער גראד צייגט 67 (בערך). ווען מען צינדט אים אן, מאכט ער דעם געווענליכן גערודער, אבער ביז בלאזן ווארימע לופט.
איך האב געפרעגט א חבר אין שוהל דערוועגן, זאגט ער אז מען ברויך רייניגן די פילטער. איך האב אזוי געטוהן (עס איז געווען פיין אנגעלייגט), אבער דערווייל איז דאס נישט געווען דער לעזונג.
ווייסט איינער וואס נאך איך קען אליינס פרובירן בעפאר איך רוף אראפ א מומחה?
ווייסט איינער ווער עס וואלט אראפגעקומען אונטערזוכן דעם פראבלעם פאר א מעסיגע פרייז?
יישר כחכם!
Advertisement
דינסטאג מרץ 08, 2011 3:21 pm
קרעמער, איך קענעס אונטערזוכן פאר פרי, אבער איך גלייב נישט אז מיין אונטערזוכונג וועט דיר העלפן.
אגב, סענטראל סטיעם ווארעמט נישט אזוי ווירקזאם ווי קעסט איירען סטיעם. אבער נישט דאס ווילסטע יעצט הערן, סאו דא בלייבעך.
דינסטאג מרץ 08, 2011 5:06 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן:קרעמער, איך קענעס אונטערזוכן פאר פרי, אבער איך גלייב נישט אז מיין אונטערזוכונג וועט דיר העלפן.
אגב, סענטראל סטיעם ווארעמט נישט אזוי ווירקזאם ווי קעסט איירען סטיעם. אבער נישט דאס ווילסטע יעצט הערן, סאו דא בלייבעך.
יישר כח פארן ענטפערן
ווער נאך קען בייהילפיג זיין?
דינסטאג מרץ 08, 2011 5:30 pm
רבותי רופט זיך אן ווארעם!
די יולדת מיטן פיצלס זאלן זיך חלילה נישט צוקילן!
---
איך האב נישט די הייצונג, ווייסעך נישט מער איבער דעם.
דינסטאג מרץ 08, 2011 6:20 pm
ווינקל האט געשריבן:רבותי רופט זיך אן ווארעם!
די יולדת מיטן פיצלס זאלן זיך חלילה נישט צוקילן!
און מיין נשמה איז עפעס א ראזינקע?
דינסטאג מרץ 08, 2011 6:22 pm
א גרויסע!
דינסטאג מרץ 08, 2011 6:55 pm
it could be the pilot or the ignition that turns on the pilot
דינסטאג מרץ 08, 2011 9:07 pm
איך האב אמאל געהערט אויף אן ענליכן פראבלעם (דארט איז געווען אז די עיר קאנדישן האט נישט געקילט) אז די פילטער מוז זיין די ריכטיגע פילטער אז נישט קען דאס מאבן געפערליכע פראבלעמען. קען זיין אז די אינפאמאציע קען דיר בייהילפיג זיין דא אויך.
דינסטאג מרץ 08, 2011 10:22 pm
יעצט אראפגעלייגט מיט מיין אגענט ביי קיעספען, ער זאגט זאלסט צאלן דיין ביל וועסטו קריגן הייצונג.
דינסטאג מרץ 08, 2011 11:26 pm
די עמערג'ענסי איז סוויטש אן?
די פילאט איז אנגעצינדען?
מיטוואך מרץ 09, 2011 12:08 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן:קרעמער, איך קענעס אונטערזוכן פאר פרי, אבער איך גלייב נישט אז מיין אונטערזוכונג וועט דיר העלפן.
אגב, סענטראל סטיעם ווארעמט נישט אזוי ווירקזאם ווי קעסט איירען סטיעם. אבער נישט דאס ווילסטע יעצט הערן, סאו דא בלייבעך.
כ'מיין אין גיהנם איז אויך דא איירען קעסט סטיעם....
מיטוואך מרץ 09, 2011 12:47 am
אחרי ככלות הכל בין איך געהעריג קאלט
איך וועל מוזן רופן א מומחה. האט איינער א נומער?
מיטוואך מרץ 09, 2011 1:49 pm
ביי מיר אינדערהיים נוץ איך כמעט נישט צענטראלע סטים, צוליב וואס עס מאכט אויסגעטרינקט, און קאסט פיל מער. רוב מאל פלאגן מיר איין אן עלעקטעראנישע סטים, וואס מען קען קויפן ביי עס ענד דאבליו.
פאר א גוטן מומחה מיט א נארמאלער פרייז, נוץ איך ר' יואל משה ווייס זיין נומבער איז 718-637-1276
מיטוואך מרץ 09, 2011 2:44 pm
פוילישער האט געשריבן:ביי מיר אינדערהיים נוץ איך כמעט נישט צענטראלע סטים, צוליב וואס עס מאכט אויסגעטרינקט, און קאסט פיל מער. רוב מאל פלאגן מיר איין אן עלעקטעראנישע סטים, וואס מען קען קויפן ביי עס ענד דאבליו.
פאר א גוטן מומחה מיט א נארמאלער פרייז, נוץ איך ר' יואל משה ווייס זיין נומבער איז 718-637-1276
יעצט זאגסטו מיר? איך האב געווארט און געווארט, און נאכן אפפרירן עטליכע טעג האב איך גערופן ר' וועלוועל (עיר)
מיטוואך מרץ 09, 2011 3:41 pm
איך מיין אז דו דארפט טוישן מייזלעס'נס דייעטע.
וואס עפעס ווערסטו געפרוירן ביי 67 גראד? (מילא א יולדת און א פיצל'ס, הבנתי)
מיטוואך מרץ 09, 2011 4:55 pm
קויפמאן סענטרעל עיר 917-642-6582 (דאס איז נישט די אפיס # נאר זיין פריוואטע סעל)
Active Cooling & Heating (ווייס) 718-599-1130
Cool N Heat Inc איינער פון די בעה"ב (מערטץ) 917-612-9732 (דאס איז נישט די אפיס # נאר זיין פריוואטע סעל)
מיטוואך מרץ 09, 2011 5:58 pm
ווינקל האט געשריבן:איך מיין אז דו דארפט טוישן מייזלעס'נס דייעטע.
וואס עפעס ווערסטו געפרוירן ביי 67 גראד? (מילא א יולדת און א פיצל'ס, הבנתי)
מיין איך דען געפרוירן? אויף אזויפיל אז מען שפירט א קרירות
---
ר' וועלוול'ס ארבייטער זאגט אז דער פראבלעם איז מיט די פרעשור סוויטש און מיט די לימיט סוויטש, מען האט באשטעלט פרישע און האפנטליך וועט אלעס געשטעלט ווערן אין פלאץ כימי קדם
מיטוואך מרץ 09, 2011 6:54 pm
ווי לאנג נאך וועט וועט די קרעמער משפחה פרירען ?
איך האב געטעין וואס איך קען
מיטוואך מרץ 09, 2011 11:50 pm
עס איז ב"ה פיין ווארים אין שטוב, דער ארבייטער האט אריינגעשטעלט א צייטווייליגע לעזונג, און זעהט אויס אז חמימות שעה איז אויך ווארים