עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
שבת מרץ 05, 2011 10:13 pm
א ידיד מיינער האט מיר געבעטן, היות א קרוב משפחה זיינער מאכט חתונה אין די נאנטע תקופה, און ער ערווארט משפחה געסט פון ארץ ישראל. זוכט ער א מאפע פון וויליאמסבורג מיט אידישע אותיות, צוגעשטעלט פאר אידישע געברויכן, בתי מדרשים, מקואות וכדו'.
איינער האט דא אזא סארט זאך, אדער ווייסט וואו מען קען עס באקומען ?
Advertisement
זונטאג מרץ 06, 2011 2:47 am
איז דאס אפשר די זעלבע שמחה צו וועלכע גרויזאמער קומט צו פארן קיין וויליאמסבורג?
ער פרובירט שוין צו אויסשטודירןן די ניו יארקער מאפע לכבוד זיין באזוך, אפשר וועט ער דיך קענען העלפן
מאנטאג אוקטובר 31, 2011 1:51 pm
טייפיסט האט געשריבן:א ידיד מיינער האט מיר געבעטן, היות א קרוב משפחה זיינער מאכט חתונה אין די נאנטע תקופה, און ער ערווארט משפחה געסט פון ארץ ישראל. זוכט ער א מאפע פון וויליאמסבורג און פון בארא פארק מיט אידישע אותיות, צוגעשטעלט פאר אידישע געברויכן, בתי מדרשים, מקואות, כשר'ע רעסטוראנטן וכדו'.
איינער האט דא אזא סארט זאך, אדער ווייסט וואו מען קען עס באקומען ?
?Any help
מיז נישט זיין אין אידיש
לעצט פאראכטן דורך
ohrchodosh אום מאנטאג אוקטובר 31, 2011 2:09 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג אוקטובר 31, 2011 1:53 pm
די טראלי פלעגט האבן א מאפע אבער נישט מיט בתי מדרשים
מאנטאג אוקטובר 31, 2011 3:06 pm
שנאפס האט געשריבן:די טראלי פלעגט האבן א מאפע אבער נישט מיט בתי מדרשים
יא. סאיז געווען א שיינע קלארע מאפע פון אלע גאסן. אויך הצלה פלעגט האבן אויף זייערע ליפלעטן א קלארע מאפע.
אדער קענסטו פראבירן ביי די קהלות וועלכע האבן אין די פארגאנגענהייט געפראוועט גרויסע שבתים בעיר וויליאמסבורג, און האבן (גאנץ מעגליך) צוגעשטעלט מעפס פאר די אויסשטעטישע געסט. למשל, תולדות אברהם יצחק, תולדות אהרן, סאטמארס, סקווער, וויזניץ, דושינסקיא, ראחמיסטריווקא...