עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
מיטוואך מרץ 02, 2011 3:23 pm
שוין יארן וואס אגענטן לויפן מיר כסדר נאך איך זאל מאכן א לייף אינשורנס פאלעסי, למעשה בערך א יאר צוריק האט מיר איינער געכאפט אין א שוואכע מינוט און איך האב גע'חתמ'עט אויף א טורם לייף פאליסי, איך צאל בערך ביי די 115 טאלער א חודש, למעשה איז יעצט אביסל שווערע צייטן און יעדן חודש עקסטער ווען ס'געלט גייט אויטאמאטיש ארויס פון קאנטע גיבט עס מיר א שטעך איך קעשענע, האב איך אנגעהויבן טראכטן מה לי לצרה הזאת? פלאן איך דען צו שטארבן בקרוב? פון די אנדערע זייט ווען איך זעה מיין פולע שטוב מיט קינדער, און מ'קען דאך קיינמאל נישט וויסן... און פון די דריטע זייט און פון אלע זייטן צוזאמען כ'קען דאך נוצן די געלט יעדן חודש, נו וואס האלט איר? זאל איך לאזן לויפן די פאלעסי ווי די שווארצע פעפער וואקסט, צו זאל איך צאלן די צוואנציג יאר, א סך הכל פון קנאפע אכטאין צוואנציג טויזנט טאלער און נאכדעם קוקן אויף צוריק וויפיל ברוקלין בריקן איך וואלט ווען געקענט קויפן מיט געלט...
Advertisement
מיטוואך מרץ 02, 2011 3:32 pm
דו ברויכסט שוין צאלן פאר א טורם 115.00 א חודש?
וויפיל קאווערעדש האסטו?
מיטוואך מרץ 02, 2011 3:35 pm
עפעס שטימט נישט מיט דיין תגובה, !
די צאלסט פאר טורום 115 א חודש???
ביזסט שוין העכער די 50?
אדער דו ליידסט אויפן הארטץ? דייביטיעס?
איך צאל פאר טורום, אונטער 600 דאלער א יאר, פאר א מיליאן דאלער קאווריטש
מיטוואך מרץ 02, 2011 3:36 pm
א מיליאן, מן הסתם בין איך אביסל עלטער פון דיר.
הקיצור דאס איז דער פאקט, און דאס איז מיין שאלה זאל איך ממשיך זיין צו נישט.
מיטוואך מרץ 02, 2011 3:40 pm
איך האב נישט געוויסט אז מיר האבן דא זיידעס, !!!
דאס איז נייעס!!!!
מיטוואך מרץ 02, 2011 3:43 pm
איך פארשטיי נישט מחותן, ווי לאנג נעמט צו ווערן פון א מחותן א זיידע?...
חוץ מזה האב איך בכלל נישט געמאלדן מיין סטאטוס אלס סבא גראדער, איך האב געפרעגט א שאלה, און ביטע ענטפערן ממין השאלה. טענקס אין עדווענס.
מיטוואך מרץ 02, 2011 3:44 pm
גראדער טייערער, טאמער דאס איז צו שווער דאן קאנסידער עס צו קאטן אין העלפט (מעגליך אז די קענסט פאר די זעלבע סכום האבן ווייניגער קאווערעדזש און עס קאנווערטן אין א האל-לייף וואס בלייבט דיר וועליו), גיי פרעג אן עישענט. כמיין וויכי העלפט דא אין די נושא.
מיטוואך מרץ 02, 2011 3:46 pm
יא גראדער, די תשובה איז ווי פאלגענד:
עס ווענד זיך צו דו צאלסט איבער.
מיטוואך מרץ 02, 2011 3:51 pm
ווי ווייט מיינע ידיעות גייען, איז א טורם לייף אינשורנס פאליסי וויכטיג פאר צוויי נקודות:
1. פאר דעקונג אויב ח"ו,
2. אויב מ'האט א האלל לייף פאליסי (א אינוועסטמענט), קען מען לכשירחיב אריבעררוקען מער און מער פון די טורם פאליסי אריבער צו די האל לייף פאליסי פאר די ערשטע רעיט (והדברים ארוכים),
ממילא אויב האסטו נאר טורם, און דו צאלסט אזויפיל געלט א חודש, לעניית דעתי איז עס אביסל צו פיל.
אפשר איז כדאי אפצוהאקן די פאליסי, און זיך איינשרייבן ביי "ערבים"?
מיטוואך מרץ 02, 2011 3:56 pm
משיח האט געשריבן:אפשר איז כדאי אפצוהאקן די פאליסי, און זיך איינשרייבן ביי "ערבים"?
און ווער גאראנטירט אז ערבים וועט עקזעסטירן אין א פינף צען יאר ארום?
מיטוואך מרץ 02, 2011 4:01 pm
אויב ביסטו אינטרעסירט צו סעיוון אביסל געלט אויף אן אופן וואס איז כמעט הונדערט פראצענט גאראנטירט אז ס'גייט נישט קראכן, דאן וואלט איך דיר געראטן זאלסט טון אזויווי פאקטיש'ס עצה, דהיינו קאנווערט א חלק פון די פאליסי, פארשטייט זיך וויפיל דו קענסט דיך ערלויבן, אזוי וועסטו נישט ווארפן אזויפיל געלט אין גארבידזש, און צוגאב צו דעם וועסטו נאך פארדינען אביסל סעיווינגס.
מיטוואך מרץ 02, 2011 4:04 pm
אויב קראכט עס, האט מען כאטש איבערגעלאזט די געלט ביי צדקה, נישט ביי מעידאף.
מיטוואך מרץ 02, 2011 4:11 pm
גראדער האט געשריבן:משיח האט געשריבן:אפשר איז כדאי אפצוהאקן די פאליסי, און זיך איינשרייבן ביי "ערבים"?
און ווער גאראנטירט אז ערבים וועט עקזעסטירן אין א פינף צען יאר ארום?
ווער גאראנטירט דיר אז דו וועסט לעבן אין פינף צען יאר ארום....
אנטשולדיגט איך וואונטש דיר אורך ימים ושנים טובים אבער צו ווייסטו דען וואס וועט זיין מיט אמעריקא אין 5 10 יאר ארום?
וכיהודה ועוד לקרא, אויב ביסטו נאכנישט קיין 35 און ביזט געזונט און שטארק צאלסטו צו סאך
פרעג דיך נאך ביי נאך מענטשן
מיטוואך מרץ 02, 2011 4:13 pm
לדעתי איז נישט מעגליך צו ענטפערן אזא פראגע אן וויסן מער דעטאלן.
למשל, ווי יעדער זעהט צאלט גראדער זייער טייער, איז די שאלה פארוואס? אפשר האט ער א געזונטהייט אישו, און וועגן דעם צאלט ער אזוי טייער, אזא מענטש וואלט איך געראטן האלטעס אן מיטן גאנצן כח... ווער ווייסט צו ער וועט נאך אמאל באקומען בכלל א אפפער פון די קאמפאני. אפשר איז דא א אנדערע סיבה? מ'דארף וויסן מער.
ווייטער, ער שרייט אז ער קענעס נישט עפארדן, און דער עולם שרייט "מאך האלל לייף"... ער קענעס נישט עפארדן, עטס הערטס???
מיטוואך מרץ 02, 2011 4:23 pm
איך זעה אז אנשטאט גיבן עצות איז דער עולם בייז פארוואס איך צאל אזויפיל, הקיצור, אן ארויסגעבן צופיל דיטעילס, כ'בין אביסל עלטער פון די יואלי'ס דא, אבער קיין געזונטהייט אישו האב איך נישט ב"ה למיטב ידיעתי, בשעת איך האב געמאכט די פאלעסי האט מיר נישט צופיל אינטערעסירט דער פרייז, יענער האט מיר געזאגט ס'וועט זיין ביי די הונדערט דאלער, כ'האב אים גע'חתמ'עט ס'זאל ארויסגיין אויטאמאטיש פון מיין אקאונט, למעשה האט ער מיר בדרך אגב געזאגט שפעטער ס'וועט זיין 115, האב איך געטראכט א כפרה אויף נאך 15 דאלער, זאל זיין.
ווילאנג איך האב געלעבט פון יענעם קאנטע, האט מען דעפאזעט דארט אפאר אלפים א חודש, האט זיך דער הונדערטער נישט געשפירט, היצטערט לעבט מען פון אן אנדערער קאנטע, דארף מען ספעציעל דעפאזיטן יעדע פרוטה וואס גייט פון דארט ארויס, האב איך גענומען אויפן צימבל די אלע אויטאמאטישע זאכן, און כ'האב אנגעהויבן צו טראכטן צו איך דארף עס בכלל האבן.
דאס איז די טרוקענע פאקטן פארן נייגעריגן ציבור דא.
היצטערט לגופו של שאלה.
לוינט זיך אוועקצורייסן הונדערט פופצן דאלער א חודש אויף א ספק ספיקא פון שטארבן? ווען דאס געלט פליסט ווי וואסער איז דאך נישט קיין שאלה, פארוואזשע נישט, ווען מ'האט נישט גארנישט, איז ווידער נישט קיין שאלה, ס'דאך נישטא, אבער ווען ס'קומט פשוט אן שווער, מ'דארף באשליסן וואס יא און וואס נישט, לוינט זיך די מעשה צו נישט, יעדן חודש וואס איך לעב איבער שפיר איך זיך ווי א נאר... איך האב דערלייגט הונדערט פופצן דאלער... אפשר אויף דעם פילינג קען האל לייף העלפן, אבער סתם צו גיין אינוועסטן זוך איך זיכער נישט אין די יעצטיגע אומשטענדן.
מיטוואך מרץ 02, 2011 4:24 pm
אויבן אויף... שיינט עס, ווי א שוואכער אגענט האט געכאפט גראדער'ן אין א שוואכע מינוט, און ארייינגערוקט א שוואכע פאליסי, וואס מאכט עם שוואך יעדן חודש ווען די געלט רינט ארויס....
----
גראדער האקט, קודם שיק נאכדעם העמיר זען וואס...
מיטוואך מרץ 02, 2011 4:33 pm
מיין ענטפער פאר אזא מענטש: די שאלה איז נישט "ווי גרויס זענען די שאנסן?" נאר "ווי גרויס איז די פארלוסט?"
מיטוואך מרץ 02, 2011 4:41 pm
ווייסט איינער ציזאגן איבער א פארק עועניוו לייף (עפעס אזוי), איז דאס אינטרעאנט, קען מען ביים לעבן ארויס נעמען געלט דערפון (נישט פון די מיוטשעל פאנד דערפון, כ'רעד פון די פאליסי אליינס)
מיטוואך מרץ 02, 2011 4:47 pm
און איך וועל עס אביסל צוקייען, מיט א משל, שטייצעך...
ווען ס'קומט צו מיר א מענטש און בעט מיר איך זאל אונטער שרייבן ערבות, די ערשטע שאלה גיי איך פרעגן: פון וויפיל געלט רעדט מען? נאכדעם גיי איך טשעקן וואו פארזיכערט איך בין און אנדערע זאכן, ווייל טאמער רעדט מען פון א 100,000 דאלערדיגע הלואה, נעם איך מיך נישט אונטער, אפילו יענער וויל אריינלייגן אין א ביזנעס וואס איז 99 פראצענט זיכער אז ס'גייט מאכן אוצרות א.ד.ג. טאמער אבער איז די רעדע פון 500 דאללער, אפילו אויב ס'איז נאר א 75 פראצענטש טשעס אז ס'גייט צוריק זיין, וועל איך סיינען, שטייצעך אז איך דארף קענען דעם מענטש, א.ד.ג.
די סיבה דערצו איז זייער פשוט, די שאלה איז נישט: וואס זענען די טשענסעס? נאר: וויפיל איז די לאסס? ווייל אפילו פאר די איין פראצענטס אדער ווייניגער קען איך נישט נעמען אויף מיר קיין 100,000 דאללער, משא"כ 500 דאללער, אפילו ס'איז נישט אזוי זיכער, אבער איך קען פארנעמען די פארלוסט אין קעיס ס'געשעהט.
די זעלבע איז דא: ווען א מענטש באקומט אן אפראוועל פון א קאמפאני, איז ער ווארשיינליך געזונט, און זיינע טשענסעס צו שטארבן זענען זייער קליין בעז"ה, (איך רעדט מעדיקלי, דער אייבערשטער קען אלעס) ווייל ווען ער איז נישט געזונט, אפראווד עם שוין נישט די אינשורענס קאמפאנטי. אבער די קליינע פראצענט וואס איז יא דא, איז זייער א גרויסע לאסס...
ווידער די שאלה פון נישט קויפן איז א 500-1,000 דאלערדיגע שאלה... נו, אזא לאסס דארף א מענשט קענען פארנעמען, ווען מ'קוקט וואס ס'שטייט עם אויס צו פארלירן אויב ח"ו...
מיטוואך מרץ 02, 2011 4:48 pm
יהיה כן האט געשריבן:ווייסט איינער ציזאגן איבער א פארק עועניוו לייף (עפעס אזוי), איז דאס אינטרעאנט, קען מען ביים לעבן ארויס נעמען געלט דערפון (נישט פון די מיוטשעל פאנד דערפון, כ'רעד פון די פאליסי אליינס)
פון עקספיריענס, שטיי ווייט דערפון!
פאר די וואס ווילן וויסן, "פארק עוו. לייף" איז א מיוטשעל פאנד פאלעסי וואס גארדיען פארקויפט...
מיטוואך מרץ 02, 2011 7:30 pm
גראדער
איך האלט אז דו זאלסט קאנווערטן פון א טוירם צי וואל לייף און סוועט דיר מער נישט קוועטשן
מיטוואך מרץ 02, 2011 7:35 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווייטער, ער שרייט אז ער קענעס נישט עפארדן, און דער עולם שרייט "מאך האלל לייף"... ער קענעס נישט עפארדן, עטס הערטס???
וויכי לערן דיך אויס איין זאך סקען דיר שטארק ציניץ קומען אין ביזנעס
יעדער (כמיין טאקע יעדער אן א אויסנאם) האט געלט פאר וואס ער וויל און יעדער קען נישט עפארדן וואס ער וויל נישט
מיטוואך מרץ 02, 2011 7:46 pm
פאטאקי.
מיטוואך מרץ 02, 2011 11:03 pm
" זאל איך צאלן די צוואנציג יאר, א סך הכל פון קנאפע אכטאין צוואנציג טויזנט טאלער און נאכדעם קוקן אויף צוריק וויפיל ברוקלין בריקן איך וואלט ווען געקענט קויפן מיט געלט "
די תירוץ אויף דעם איז אז מען קיימאל נישט וויסען וואס וועט זיין אין אפאר יאר די קענסט קאנווארטען די פאלעסי צו א האל לייף (עס איז דא צוויי וועגען ווי אזוי דאס צו טוהן) [מן הסתם אז האסטו געהאט א גוטען אגענד וואס האט אריין געלייגט די אפשען] און די געלט וועט נישט זיין ארויס געווארפען געלט פארקערט עס גאר זיין אז די קענסט צוריק באקומען דיוועדענדס אויף אלע יארען אויף צוריק רעד דאס דארוך מיט דיין אגענד איך וואלט גע'עצה'ט יא זיך צו קוועטשען און בלייבען דערמיט די דארף קוקען דערויף וויא די האסט עפעס א גוטע זאך אין די הענט וואס קען זיך לוינען שפעטער אין אסאך וועגען
דאנערשטאג מרץ 03, 2011 2:09 am
שלום עליכם שינאווע חסיד.
ווי ווייט איך ווייס איז נישט שייך צוריקצובארומען דיווידענטס אויף צוריק, דו ווייסט אנדערש?