Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

שיקען מיט UPS

מיטוואך מרץ 02, 2011 2:53 pm

איך האב א אקאונט מיט UPS מיט וואס איך שיק כסדר

היינט האב איך געדארפט שיקען צוויי זאכען קיין פלארדיע, איין זאך איז א באקס וואס האט געוואיגן דריי און א האלב פונט, און אויך א LETTER אריינגעלייגט און א UPS LETTER ענטוועלאפ, ביידע צו די זעלבע אדרעס,

איך האב באמערקט א אינטערסאנטע זאך, ביי די באקס האב איך געהאט די אפשען אויסציוועלן UPS GROUND, סאו די שיפמענט האט מיר געקאסט זיבן דאלער מיט טשענטש
ביי די LETTER איז געווען די ביליגסטע אפשען 2ND- DAY AIR און עס האט געקאסט 17 דאלער מיט טשענטש, עס האט מיר זייער געווינדערט, בין איך געגאנגען און געטוישט און אנשטאט צו נעמען די אפשען פון UPS LETTER האב איך סעלעקטעט די אפשען OTHER PACKAGING און אריינגעלייגט די גרויסקייט פון א יו פי עס ענטוועלאפ, די סייז וואג א.ד.ג.
און דעמלאטס האב איך יא געקענט סעלעקטן UPS GROUND און די פרייז איז געפאלן פון 17 דאלער מיט טשענטש צי אינטער 7 דאלער!!!!!!!
איך האב עס אזוי ארויסגעשיקט, יעצט איז עס און טראנזיט,

איז דאס נערמאל אז זייער ענטוועלאפ זאלן זיי טארטשען מיט איבער 10 דאלער מער? איז דאס באקאנט?
עני אינפאו אבעוט דיס?

Advertisement

מיטוואך מרץ 02, 2011 3:06 pm

די ענוועלאפס - און קלינע באקסעלעך - זענען ספעציעל צוגעשטעלט פאר שנעלע סערוויס.

מיטוואך מרץ 02, 2011 3:13 pm

פארוואס גיבן זיי נישט דעם אפשען פון GROUND פאר איינער וואס דארף נישט קיין שנעלע סערוויס??

מיטוואך מרץ 02, 2011 3:17 pm

לכאורה ווייל מ'דארף דאך עפעס לייזען אויך

מיטוואך מרץ 02, 2011 3:38 pm

יא, טאקע אט דאס בין איך היינט געוואר געווארן,

ידע הציבר ויזהר, ווייל בדרך כלל אפילו ווען מען שיקט גראונד דארט עס נישט צופיל לענגער ווי 2ND DAY בפרט אויב מען שיקט און די געגענט

מיטוואך מרץ 02, 2011 8:00 pm

עס איז זייער פשוט. זיי גיבן די ענוועלאפס 'נאר' פאר ווער עס שיקט עקספרעס. אזוי שטייט אין גרויסן אויפן קאנווערט.
אויב די ווילסט שיקן אויף א ביליג'ן אויפן זיי מוחל סופליי דיין אייגענע ענוועלאפ.
מעגליך אז זיי האבן זיך נישט געשטעלט דערויף ביי דיר, אבער עמטליך איז עס אויסדריקליך נאר פאר עקספרעס. פארדעם גיט ער דיר נישט די אפשען פון שיקן גראונד. נאר ווען די וועלסט אויס אז די וועסט גיבן דיין אייגענע קאנווערט.

דאנערשטאג מרץ 03, 2011 3:44 am

אווי לאז זאגט זייער ריכטיג.

אגב, לעצטענס בין איך דערגאנגען א טריק וויאזוי צו שפארן אויף שיפינג מיט יו פי עס.
איך פלאן דאס נישט צו אויסצוזאגן, ביטע נישט אישית'ן

דאנערשטאג מרץ 03, 2011 9:03 am

שוועמל האט געשריבן:אווי לאז זאגט זייער ריכטיג.

אגב, לעצטענס בין איך דערגאנגען א טריק וויאזוי צו שפארן אויף שיפינג מיט יו פי עס.
איך פלאן דאס נישט צו אויסצוזאגן, ביטע נישט אישית'ן


פארוואס מאכסטו סתם נייגעריג?

דאנערשטאג מרץ 03, 2011 10:39 am

איך האב עפעס א אקאונט וואס איך ניץ וואס עס דארף צו הייסען אז איך צאל זייער ביליג דערמיט

עס גייט אראפ בערך 35% פראצענט פון די געהעריגע פרייז, למשל. ביי די אויבן דערמאנטע שיפיניג, ווען איך ניץ ווען נישט די אקאונט וואלט עס געקאסט באלד 12 דאלער

איז שייך צו גיין נאך ביליגער? האט איינער עני עקספיריענס מיט UPS אקאונטס {חוץ שוועמל'ס עצה...וואס עס עקזעסטירט ....}??
שרייב א תגובה

Advertisement