בלאט 1 פון 1

ווער קען מאכן שופרות

פארעפענטליכט: שבת פבואר 26, 2011 7:54 pm
דורך טהור-עיניים
איך האב אין מיין באזיץ צוויי הערנער פון א שעפסל, פריש אפגעשניטענע הערנער, און איך וואלט ווען געהאט חשק זיי צו באארבעטן זיי זאלן ווערן שופרות, איך האב אבער נישט די מינדעסטע השגה וויאזוי מען מאכט אזאנס.

איז דא איינער וועלכער קען מאכן שופרות, ווייסט איר פון אזא איינעם, קענט איר דאס אפשר אליינס מאכן, אדער קענט איר מיך אויסלערנען דאס צו מאכן?

אויב יא ביטע לאזט מיר וויסן, און איך וועל אייך זייער דאנקבאר זיין.

יישר כח למפרע
הק' טהור'ל

פארעפענטליכט: שבת פבואר 26, 2011 8:18 pm
דורך לאטצי
עס איז דא א ארגאנזאציע פון חב"ד וואס גיין ארום אויסלערנען אפשר פארבינד דיך מיט זיי

פארעפענטליכט: שבת פבואר 26, 2011 8:49 pm
דורך טהור-עיניים
ווי קום איך אן צו זיי?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 27, 2011 3:10 pm
דורך יואל ווייס
אויף מיין שופר איז דא א סטיקער: מכון שופר המשופר, הרב לוי יצחק מייזנער.‫ 718-810-0130‬‬

אדער קענסטו פרובירן איינע פון די פאלגנדע לינקס:
http://www.myjewishlearning.com/holiday ... ofar.shtml‬‬‬

‫‫ ‬‬

‫‫

‪http://www.ehow.com/how_2298997_make-shofar.html‬‬‬

‫‫ ‬‬

‫‫

‪http://www.articlesbase.com/crafts-articles/how-to-make-a-shofar-998652.html‬‬‬

‫‫ ‬‬

‫‫

‪http://www.bje.org.au/learning/judaism/holydays/RoshHaShanah/activities/make_shofar.html‬‬‬

‫‫ ‬‬

‫‫

‪http://docs.google.com/viewer?a=v&q=cache:hWU3lNuHcZMJ:webspace.webring.com/people/ss/shofar19067/mak_sh.doc+how+to+make+a+shofar+horn&hl=en&gl=us&pid=bl&srcid=ADGEESiZWr98Z6qO8_dkrRk7_i8pxL-ZS0DKWu171YVz1GWzwraV65t8derZMCoCau-O_Qs8M1QqzIhDPoSXHWI2LEnG0mq6NJeHBkFCgOLp_jJ6cJThskCVBMlgU8J0Z8AntoyKxCDV&sig=AHIEtbRzLqnv4hQI0M7nZy82YV1UTouTkw‬‬‬

‫‫

‪ ‬‬‬

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 28, 2011 10:45 am
דורך טהור-עיניים
א גרויסן יישר כח ר' יואל,

איך האב גערעדט מיט הרב מייזנער, זאגט ער מיר אז ער מאכט נישט אליינס שופרות, נאר ער פארט קיין ארץ ישראל און ער שטייט דארט ווען מען מאכט עס, סאו קען ער מיר נישט קיין סך העלפן. ער וועט נאך טראכטן, אבער לכאורה זעט ער נישט וואס ער קען טון.

די ערשטע לינק איז זייער גוט, און איך האף דאס נאכצופאלגן,

די צווייטע, דריטע און פערטע לינק ארבעטן נישט

די לעצטע לינק ארבעט יא, אבער ער איז כמעט גארנישט מחדש, דרש'נט און דרש'נט און זאגט גארנישט

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 28, 2011 3:02 pm
דורך יהיה כן
הגה"צ יאוואזשנער רב שליט"א האט אליינס געמאכט א שופר, פרעג זיינע מקורבים פאר פרטים

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 6:59 am
דורך ?אפשרטאקע
איינער ווייסט אפשר ווי אזוי מ'קען ארויסנעמען א שלעכטע גערוך פון א שופר?