עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
שבת פבואר 26, 2011 7:52 pm
איך בין בדרך כלל פון די אלד פעשאנד מענטשן (נישט בשיטה, פשוט בטבע) און איך יאג זיך נישט זיך איינצושאפן די נייעסטע טעכנאלאגישע כלים און אויסטרעפענישן, עס איז מיר פשוט שווער זיך אויסצולערנען וויאזוי דאס צו נוצן, און ביז איך לערן זיך שוין ענדליך אויס, וויל איך אוודאי נישט אזוי שנעל טוישן.
דעריבער טאקע שפילט נאך ביי מיר ביז היינט דער טעיפעקארדער, און אלע נייע אלבומ'ען וועלכע קומען ארויס, קויפט מען ביי מיר דעם טעיפ און נישט דעם סידי. מיין אלטע סטיריא סיסטעם האט גראדע אויך א סידי פלעיער, אבער ער איז שוין פאר גאר א לאנגער צייט צובראכן, און דעריבער האב איך כמעט נישט קיין סידיס.
למעשה אבער זע איך אלס מער און מער ווי מען רוקט זיך אריבער אויף דידשיטעל און עם פיי דריי כלים, און איך הייב אן איינזען אז איך וועל אויך סוף כל סוף מוזן טוישן. איך האב אפילו לעצטע וואך געזאגט פאר מיין זון, ווען ער איז געגאנגען קויפן א נייעם טעיפ (פון זיין אייגענעם געלט) אז אפשר זאל ער יא קויפן א סידי. און מיין אידענע הויבט אן רעדן אז אפשר זאל מען קויפן א אייפאד מיט א עם פיי דריי שפילער.
אבל דא עקא, אז ווען איך הייב אן טראכטן פון דעם ווערט מיר גוט, ווייל אלע מיינע מוזיק וכדו', ליגן אויף טעיפס, און קיין געלט אלעס איבערצוקויפן און דערנאך אריבערלייגן אויף א עם פיי דריי האב איך דאך זיכער נישט (שוין אפגערעדט פון אלע היימישע טעיפס וואס מען האט אליינס רעקארדירט), דארף איך האב אן עצה, וואס טוט מען, קען מען אלעס אריבערלייגן אויף דידשיטעל פיילס אז איך זאל עס קענען אריבערלייגן דערנאך צו א עמ פיי דריי? וויאזוי טוט מען דאס? זענען דא מענטשן וואס טוען דעם סערוויס פאר א קליינעם אפצאל?
ביטע לאזט מיר וויסן וואס איך קען טאן.
Advertisement
שבת פבואר 26, 2011 8:08 pm
איך האב א קרוב וואס האט לעצטענס געקויפט א משינקע וואס לייגט אריבער פון א טעיפ צו א mp3 איך מיין אז עס גייט דורכן קאמפיוטער אבער מען דארף אריין לייגן יעדע טעיפ עקסטער אויב איר ווילט וויסן מער פרטים פון אזא מאשינקע קען איך זיך פארבינדן מיט יענעם
שבת פבואר 26, 2011 8:50 pm
אדרבה, פארבונד זיך מיט יענעם און לאז וויסן, ייש"כ למפרע
שבת פבואר 26, 2011 9:34 pm
I have a machine like that
you need tons of paitence to do it
the only thing is dont know how to make it in a better quality sound
זונטאג פבואר 27, 2011 5:51 am
על, דאס מיינט אז ווען מען לייגט עס אריבער פארלירט עס פון די קוואליטי פון די סאונד?
זונטאג פבואר 27, 2011 7:24 am
ניין עס בלייבט די זעלבע קוואליטי אבער איך ווייס נישט וויאזוי מ'קען עס מאכן בעסער
זונטאג פבואר 27, 2011 10:40 pm
"
קרן שמואל ישעי" האט אלע מוזיק טעפיס און זיין סיסטעם,
זיין סדר ארבייט, אז ווען אימער איינער ברענגט אים א מוזיק טעיפ צו מאכע דישיטעל, סעוויט ער דעם טעיפ
ממילא פארן נעקסטן קאסטומער וואס קומט, קאסט עס נאר בערך "איין דאלער" ארויפצולייגען אויפן IPAD אדער NP3
דאס וועט דיר זיין די ביליגסטע און בעסטע וועג, צו האבן אלע דיינע טעיפס דידשטעל
ער האט נאר איין תנאי, אז די מוזט אים ברענגן די טעיפ/סידי, צו ווייזען אז די האסט געקויפט די טעיפ וואס די ווילסט ויצט באקימען דישיטעל
פאר אייגענע טעיפס, וואס ער האט נישט און ער סעוויט נישט אינעם סיטעם, בעיט ער 25$ דאלער א שעה, עס אויסקומען בערך צווישען 3 און 7 דאלער א טעיפ
לעצט פאראכטן דורך
מחותן אום זונטאג פבואר 27, 2011 11:00 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
זונטאג פבואר 27, 2011 10:42 pm
דרך אגב, די קוואלעטי פון א טעיפ אויפן IPAD איז בעסער ווי אויף א סידי
מאנטאג פבואר 28, 2011 7:32 am
עס קען זיין ס'בעסערע קוואליטי, אבער געווענליכע פשוטע מענטשן וואס נוצן געווענליכע העדפאונס וועלן נישט זען קיין שום חילוק.
דאנערשטאג מרץ 31, 2011 3:16 pm
טהורל איך האב הערשט יעצט בעגעגענט די אשכול אבער איך די זעלבע פראבלעם קענסט מיר זאגן וואס האסט למעשה געטון?
דאנערשטאג מרץ 31, 2011 8:26 pm
איך האב אזא מאשין עס קאסט בערך 150 דאלער, עס גייט מיט USB
דאנערשטאג מרץ 31, 2011 11:00 pm
איך בין נאך נישט אנגעקומען צו טאן, אבער איך גיי לכאורה גיין צו קרן שמואל ישעי', איך האב ערשט אנגעהויבן צו מאכן א שטיקל סדר צווישן מיינע טעיפס, זעהן וואס איך האב, וואס איך וויל ווייטער האבן, איך האב אסאך דרשות און שיעורים טעיפס וואס איך איך האב אליינס אפגעכאפט און איך דארף זען וועלכע איך וויל האלטן, עס וועט מיר נאך געדויערן א שטיקל צייט ביז איך וועל אנקומען דערצו (שוין, לאמיר נישט רעדן פון די געלט וואס עס גייט מיך קאסטן)...
פרייטאג אפריל 01, 2011 11:15 am
וועט קרן שמאול ישעי לייגן אויף מ פ 3 אויך? וויפול וועלן זיי בעטן?
שבת אפריל 02, 2011 11:41 pm
זונטאג אפריל 03, 2011 2:39 am
עס קוקט מיר אויס א ביליגער מאשין און מנהסתם איז די קוואליטי בערך אזוי
דאנערשטאג מאי 05, 2011 6:37 pm
שמן זית האט געשריבן:איך האב אזא מאשין עס קאסט בערך 150 דאלער, עס גייט מיט USB
אפשר זאגסטו ביטע וועלכע מאדעל מאשין דו האסט
איך זוך יעצט אויך אזא מאשין, אויב מעגליך מען זאל קענען לאזן די טעיפ גיין שנעלער ווי נארמאל ווען ס'קאפיט זיך