Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

איך זוך א סעלפאון

זונטאג פבואר 20, 2011 3:26 pm

איך זוך א סעלפאן, וואס איז דוקא נישט קיין סמארט פאון, אבער מען זאל קענען אריינלייגן דארט מער ווי טויזענט טעלעפאון נאמבערס. די יעצטיגע האט פלאץ פאר טויזענט, אבער עס איז שוין פון לאנג אנגעפולט, און דער מצב טויג נישט, מען פארלירט נאמבערס רעכטס און לינקס, קען מיר איינער העלפן מיט דעם.

נאכאמאל, איך דארף צוויי זאכן, מען זאל קענען אריינלייגן אסאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאך טעלעפאון נאמבערס, און אויך זאל עס האבן טעקסט.

(און יא, שוין כמעט פארגעסן, מ'זאל אויך קענען טעלעפאנירן דערמיט)

די קאמפאני פאר וועלכע איך דארף עס איז ספרינט

ווייסט אפשר איינער וועלכע טעלעפאן קען זיך צו דעם צושטעלן?

Advertisement

זונטאג פבואר 20, 2011 3:50 pm

פרוביר Motorola Z9, אדער Nokia 5610

זונטאג פבואר 20, 2011 5:15 pm

מיין חבר האט א PALM ספרינט פאון, ער האט דערויף אריבער 4500 נומערן, און טעקסט'ן איז מורא'דיג גרינג אזוי ווי גוגל טאלק און די בלעקבעריס

זונטאג פבואר 20, 2011 5:43 pm

פאלם איז א סמארט פאון.

זונטאג פבואר 20, 2011 6:41 pm

וואס איז געווארן מיט די פלאן פאר'ן אייפאון?

מאנטאג פבואר 21, 2011 11:39 pm

דער פלאן איז נאך אינגאנצן נישט אראפ פון טיש, אבער דאס זוך איך פאר א חבר

דינסטאג פבואר 22, 2011 7:42 am

וואס איז שלעכט מיט א סמארטפאון?

מיינס א ידיד נוצט דעם בב טאור מיט גרויס צופרידנהייט. אנלימיטעד נאמבערס. א גוטער קאמערא. קיין צוטריט צו אינטערנעט און בבמ. אפילו ער וויל קען ער נישט צולייגן קיין נעט.

דאנערשטאג פבואר 24, 2011 8:09 pm

אזוי האט מיך יענער געבעטן, איך וועל עס איבערעדן מיט אים נאכאמאל

פרייטאג פבואר 25, 2011 3:46 pm

אךשמח האט געשריבן:וואס איז שלעכט מיט א סמארטפאון?

מיינס א ידיד נוצט דעם בב טאור מיט גרויס צופרידנהייט. אנלימיטעד נאמבערס. א גוטער קאמערא. קיין צוטריט צו אינטערנעט און בבמ. אפילו ער וויל קען ער נישט צולייגן קיין נעט.


וואס מיינט דאס אפילו ער וויל קען ער נישט צולייגן קיין נעט? איז דאס אוועלעבל ביי סיי וועלכן סמארט פאון, אדער נאר ביי דעם בב טאור?

פרייטאג פבואר 25, 2011 5:27 pm

איך ווייס נישט וועגן אנדערע סעלפאונס, אבער די אלטע ביליגע ספרינט פלענס קען מען צולליגן א בב ביז די לעצטע טאור און מען זאל נישט דארפן צוצאלן עקסטער. אבער מען קען נישט האבן בב סערוויס און סיי וועלכע פראגרעם וואס דארף האבן אינטערנעט קאנעקשאן.

שבת פבואר 26, 2011 10:02 pm

מען קען האבן עני application וואס דארף האבן אינטערנעט קנעקשאן חוץ אויב מען דארף צוקימען צו די blackberry browser.
דהיינו די אינטערנעט ארבייט געהעריג נאר זייער browser געבן זיי דיך נישט און אסאך applications קען מען נאר אינסטאלן נאר דורך זייער Browser ..
און א browser פאר די נעט קען מען אינסטאלן opera mini.

זונטאג פבואר 27, 2011 1:31 pm

איך האב שוין לאנג געהערט אז מען קען נוצן אפערא מיני פאר די בראוזער.

קען מען האבן בבמ אויב מען האט נישט זייער בראוזער?

ווי אזוי לייגט מען ארויף אפערא מיני?

זונטאג פבואר 27, 2011 1:43 pm

ניין מען קען נישט האבן בבמ
מען דאונלאוד אפערא מיני אויפן קאמפיוטער און מען לייגט עס אריין דורך בב דעסקטאפ מענעזשער

זונטאג פבואר 27, 2011 2:01 pm

איז דאך מיין איווא מיילן פאראויס ווי די בב...

די איינציגע זאך וואס איך טראכט נאך וועגן בב איז בבמ, און לכאורא נאר צוליב וואס רוב חבריםמיינע זענען דערין אנגעבינדן..

ווילאנג איך צאל מיינע 20 טאלער א חודש וועלעך נאך נוצן מיין אלטן צוזעצטן קורוו...
שרייב א תגובה

Advertisement