Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

גדאנקען פאר משלוח מנות

דאנערשטאג פבואר 17, 2011 7:46 pm

וואס קען מען שיקן פאר איינעם וואס מען קען נישט שיקן פלעין א שיסל טשאקלאעד
עפעס וואס זאל זיין פאר די סעודה
למשל איך ווייס איינער וואס שיקט פאר זיין טאטן א גאנצע פיש געבאקען אין אויווען שיין אויסגעשטעלט אויף א גרויסע טאץ דעקארירט מיט ירקות זייער שיין
וואס נאך?

Advertisement

דאנערשטאג פבואר 17, 2011 7:51 pm

יא דאס איז שוין געווארן היינט אז יעדע משפחה האט איין קינד וואס שיקט דאס כדי סזאל זיין א ברייטקייט ביי די סעודה מענטשען קומען און גייען און עס קומט צוניץ!
מקען שיקען אויך א סעודה'לע אויף א טאג שפעטער א גוטען בראנטש סעט אפ, וואס מען לייגט אוועק, און מען הנאה דערפון נאך דעם גאנצען הו הא פון פורים, און עס איז אפי' פיל מער ווערד ווייל דער באקומער לייגט דאן צו מער קאפ  

דאנערשטאג פבואר 17, 2011 8:05 pm

אפוויש טוך האט געשריבן:י
מקען שיקען אויך א סעודה'לע אויף א טאג שפעטער א גוטען בראנטש סעט אפ, וואס מען לייגט אוועק, און מען הנאה דערפון נאך דעם גאנצען הו הא פון פורים, און עס איז אפי' פיל מער ווערד ווייל דער באקומער לייגט דאן צו מער קאפ  


אבער וואס פארא ענין איז דאס צו שיקן פורים פאר מוצאי פורים, כווייס נישט צו מאיז יוצא

דאנערשטאג פבואר 17, 2011 8:34 pm

מיין פאטער זז''ג שיקט שוין יארן לאנג א היימישע בילקע מיט א קליינע גאנצע גאלדענעם סמאוקד פישל מיט א קליינעם קדם גרעיפזשוס'ל
א גוטע פארציע פאר א סעודת פורים

דאנערשטאג פבואר 17, 2011 10:50 pm

צים פינטעל האט געשריבן:
אפוויש טוך האט געשריבן:י
מקען שיקען אויך א סעודה'לע אויף א טאג שפעטער א גוטען בראנטש סעט אפ, וואס מען לייגט אוועק, און מען הנאה דערפון נאך דעם גאנצען הו הא פון פורים, און עס איז אפי' פיל מער ווערד ווייל דער באקומער לייגט דאן צו מער קאפ  


אבער וואס פארא ענין איז דאס צו שיקן פורים פאר מוצאי פורים, כווייס נישט צו מאיז יוצא


ווען די רעדסט פון יוצא זיין איז דא די איינפאכע משלוח מנות פון א באנאנן מיט א קדם'ל גרעיפ דשזוס וואס מען מאכט זיכער אויפצוניצען ביפארן יום טוב פסח (געווענדליך פאר הבדלה)
אריינגעלייגט און א פאפירענעם בעג.. מיט א טוויסט טיי שטארק פארמאכט..

ממילא ווען די בעט'ס אן עצה האב איך געמיינט אז די רעדסט פון די נישט הלכדיגע  

פרייטאג פבואר 18, 2011 12:53 am

איך בעט אן עצה וואס זאל זיין פאסיג שיין און האבן א פשט אויף פורים נישט אויף שושן פורים

פרייטאג פבואר 18, 2011 1:49 pm

סיי וואס פאר די סעודה, אין א שיינע, פאסיגע כלי.
וו.צ.ב. עפל טוירנאווערס, א פרוכט סאלאט, פרענקס ענד בלענקס, שלישקעס, א פעסל וויין, וכו'.
תן לחכמת ותחכם עוד...

פרייטאג פבואר 25, 2011 1:44 pm

פרוביר צו שיקן עפעס וואס דער וואס באקומט עס וועט האבן וואס צוטון דערמיט נאך פאר פסח, נישט אז ער זאל שושן פורים זוכן וויאזוי פטור צו ווערן דערפון.
(איך זאג עס נאר אלץ עצה טובה, איך ווייס אז נישט דאס איז געווען די שאלה, אבער מען דארף דאס נעמען אין באטראכט ביים באקומען א תשובה)
שרייב א תגובה

Advertisement