בלאט 1 פון 2

נייע פ.ס. קארטל

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 12:34 pm
דורך משיח
מיין פ.ס. קארטל פאנקציונירט נישט ווי עס באדארף צו זיין.

אין די עבר ווען איך האב געהאט אזא פראבלעם האבן זיי מיר געהייסן אריין גיין צו מיין לאקאלע(?) פ.ס. אפיס, אפנעמען א געוויסע צעטל, אראפ גיין דערמיט צו דאונטאון ברוקלין און אויפפיקן א נייע קארטל.
בקיצור, א שפיל פון אפאר שעה.

שמעתי אז היינט קען מען דאס מסדר אופן טעלפאון.

ווייסט איינער וויאזוי?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 12:39 pm
דורך פונקטליך
קאל נאר מעדיקעיד פאר א נייע קארטל און נישט די פ"ס אפיס ווייל זיי פארלאנגן היפשע פראצעדורן

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 1:00 pm
דורך ליינער
אויב איר רופט אריין צו באשטעלען א נייע מעידיקעיד קארד און עס איז אויך פוד סטעמפס קען נאר די מעדיקעיד ארבייטען אויף די נייע קארטעל און נישט די פוד סטעמפס סאוי די גרינגסטע איז אראפצוגיין אין פ. ס. אפיס און אויפפיקען א נייע קארטעל איר באקומט עס אויפ'ן פלאץ די זעלבע טאג

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 1:03 pm
דורך פונקטליך
שוין מיטגעהאלטן ביי צוויי מענטשן וואס האבן געקאלט מעדיקעיד און באקומען אויף פאסט און די פ"ס האט יא פיין געארבעט

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 1:10 pm
דורך אייניגע
ג"א מצטרף לדברי פונקטליך.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 1:37 pm
דורך קהת
איינער האט מיר לעצטנס געשוקט דעיע נומער 718-291-4141 וואס מען קען רופן אויב די קארד גייט נישט סנעמט בערך 5 ביז 7 טעג אז זיי זאלען שיקען א נייע (צווישען די צייט ארבעט נישט די קארד)

כהאב עס נאכנישט פראבירט איך האב נישט קייין אנונג ווער דאס איז...

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 1:51 pm
דורך פונקטליך
די נומער ארבעט נישט יעצט אבער דאס איז א לאקאלע נומער די פון שטאטישע HRA וואס אונטער זיי איז מעדיקעיד און פ"ס,
מ'דארף קאלן די HRA האטליין און דריקן די נומער פאר מעדיקעיד

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 2:38 pm
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
איך האב שוין איטליכע מאל גערופן מעדיקעיד און ביז אפאר טעג האב איך געהאט א נייעם קארטיל, אבער פון ווען די רופסט ביז די באקומסט די נייע קארטל קענסטו עס נישט ניצן, אויך נישט די נומערן פון די אלטער קארטל, און איך מיין אז די בעסטע זאך צו זאגן אז איך האב עס פארלוירן, ווייל דעמאלטס סטאפן זיי גלייך יענע קארטל און שיקן ארויס א נייע,

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 2:53 pm
דורך קרעמער
איך האב לעצטנס באנייט דעם קארטל, און זיך געשפארט די אראפגיין צום פ.ס. אפיס ווי אויך דאס אראפפארן קיין דאונטאון ברוקלין, דורכן באשטעלן א פרישע פון די מעדיקעיד אפיס (א ביישפיל פון ביוראקראטישע רויטע-טעיפ, די זעלבע קארטל קענסטו דורך איין אגענטור באקומען אויף די פאסט אן קיין איבריגע קאפוויי און הוצאות פון צייט און געלט, אין די צייט וואס די צווייטע אגענטור פארלאנגט אראפצוקומען פערזענליך און שטיין אויסגעמישט צווישן אלע כאלאסן וכו' וכו' ביז מען באקומט א פרישע [יא, אינעם זעלבן טאג טאקע])

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 4:33 pm
דורך מיליאנער
סאו סך הכל קומט אויס פון דעם שמועס אז אויב דארף מען עס וויכטיג האבן צום באנוץ מידי יום ביומו דאן דארף מען אראפגיין צו זיי און שוויצן אפאר שעה, משא"כ אויב קען מען זיך עפפארדען צו ווארטן דערויף געציילטע טעג דאן נוצט מען די גרינגערע עצה פון רופן די מעדיקעיד אפיס

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 4:40 pm
דורך משיח
אנטשולדיגט, אבער די פראגרעמס זענען פאר עניים, נישט פאר קיין מיליאנערן...

א דאנק אלע פאר אייער הילף.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 6:56 pm
דורך ארט און מוזיק
ג"א מצטרף לדברי פונקטליך ולדברי אייניגע.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 7:38 pm
דורך קרעמער
מיליאנער האט געשריבן:סאו סך הכל קומט אויס פון דעם שמועס אז אויב דארף מען עס וויכטיג האבן צום באנוץ מידי יום ביומו דאן דארף מען אראפגיין צו זיי און שוויצן אפאר שעה, משא"כ אויב קען מען זיך עפפארדען צו ווארטן דערויף געציילטע טעג דאן נוצט מען די גרינגערע עצה פון רופן די מעדיקעיד אפיס

אקוראט.

דורך די פאסט דויערט עס בערך א וואך (מיר האבן עס געמאכט די לעצטע וואך פונעם חודש, ווען דאס קארטל איז סייווי לער..)

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 7:59 pm
דורך לב טוב
ארט אין מוזיק האט געשריבן:ג"א מצטרף לדברי פונקטליך ולדברי אייניגע.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 15, 2011 8:06 pm
דורך מיליאנער
משיח האט געשריבן:אנטשולדיגט, אבער די פראגרעמס זענען פאר עניים, נישט פאר קיין מיליאנערן...

א דאנק אלע פאר אייער הילף.


יא ס'שטימט ווייל משיח איז דאך דער עני ורוכב על החמור

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 21, 2011 9:32 pm
דורך your friend
זאג נאר האסט פארגעסן דעם נייעם ניגון "בענעעפיט עקספעעעעעערט"?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 21, 2011 9:35 pm
דורך פונקטליך
פאר געלט קען ער אלעס האבן, מ'רעדט דא בלי שום תשלים

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 21, 2011 9:46 pm
דורך ליינער
קיינער קען נישט פאר אייך אויפפיקען א נייע בענעפיט קארטעל (נישט קיין פוד סטעמפס אדער מעדיקעיד)
אפילו פאר געלט

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 22, 2011 10:41 am
דורך משיח
עשיתי כאשר צוֵיתי,
איך האב טעלעפאנירט צום מעדיקעיד הויפטקווארטיר, און אין א צוויי מינוטיגע טעלאפון געשפרעך (בנוסף צו א 15 מינוטיגער האלד. גאנץ בחסד) האב איך באשטעלט א נייע קארטל,
און כך הוה, פרייטאג נאכמיטאג, אין סאמע ברען פון צוגרייטן די מאכלי שבת אופן בלעך, האט דער מעיל מאן אריינגשליידערט צו מיר אין שטוב א נייע קארטל מיט וואס איך קען איינקויפן עסן אויף שבת און אויף א גאנצע וואך.
(א נייע דערהער אין לוו עלי ואני פורע).
א דאנק אייך אלע.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 22, 2011 11:16 am
דורך ווער בין איך?
ס'קומט נישט דא אריין, אבער איך וויל נישט אויפמאכן א נייע אשכול דערפאר.

זיי זאגן אז איך האב אויף מיין פ.ס. $50 קעש בעלענס. וואס מיינט דאס? ווי נעם איך ארויס די געלט?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 22, 2011 11:20 am
דורך קהת
קענסט ארויס נעמן די קעש ביי CHASE BANK. סאיז געהעריגע קעש למשל אויב די קויפסט זאכען און די גראסערי וואס מען קען נישט ניצן פוד סטעמפס קענסטו דעיס נוצן זאג פאר די קאשיער קעש...

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 22, 2011 11:40 am
דורך ווער בין איך?
נאר ביי טשעיס? קען איך עס נוצן אין עני ATM?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 22, 2011 12:08 pm
דורך משיח
ביי א ATM וואס גיבט ארויס נאר20'ערס קען מען נישט ארויסנעמען $50,
אבער אין די באנק מיין איך קען מען אין יעדע באנק.

קהת האט געשריבן:למשל אויב די קויפסט זאכען און די גראסערי וואס מען קען נישט ניצן פוד סטעמפס קענסטו דעיס נוצן זאג פאר די קאשיער קעש...

קענסט עס ארויסנעמען אין גראסערי ביים קעשיר אפילו אויב דו קויפט גארנישט.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 22, 2011 12:18 pm
דורך פריילאך
ווער בין איך? האט געשריבן:ס'קומט נישט דא אריין, אבער איך וויל נישט אויפמאכן א נייע אשכול דערפאר.

זיי זאגן אז איך האב אויף מיין פ.ס. $50 קעש בעלענס. וואס מיינט דאס? ווי נעם איך ארויס די געלט?


מן הסתם שיריים פון ווען די פעטער האט פאריאר נאך זומער צושטייער געגעבן פאר סקול שטאפירונג.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 22, 2011 12:36 pm
דורך פונקטליך
ס'איז לכאורה פון היעפ, דיין היטינג איז מסתם אינקלאדעד אין דיין רענט