דאנערשטאג פבואר 03, 2011 5:38 pm
ב"ה
איך האב געהאט א מעשה ווי פאלגענד:
איך האב א משפחה מיטגליד וואס האט א מעדיקל קאנדישען. משום איזה סיבה האב איך געברויכט האבן א קלאר געשריבענע ריפארט פון זיין גאנצע היסטורי, יעדע פרט, מסודר, די וויזיטס, די דעות פון די דאקטוירעם, די פעסידזערס, די קאסטן, וכו'.
האב איך געהייערט א קאמפעני צו טוהן די ארבייט פאר מיר, דהיינו איך גיב זיי א ליסט פון דאקטוירים און שפיטעלער ווי ער האט אלס באזוכט, און זיי פארלאנגן אלע מעדיקל רעקארדס, און זיי גייען עס אדורך בפרטות, און שטעלן מיר צו די ריפארט.
ביי א געוויסע סטעפ פון די ארבייט האבן מיר די פירמע געזאגט אז די עטליכע בריווען קענען זיי נישט ארויסשיקן, ווייל דאס דארף מיין חתימה, און זיי קענען נישט חתמ'נען מיין נאמען, נאר אנשטאט דעם שיקן זיי מיר די תוכן פון די בריוו, און איך זאל דאס חתמ'נען און ארויסשיקן.
איין טאג באקום איך א בריוו פון איינע פון די אגענורן, ווי זיי שרייבן מיר אז זיי האבן באקומען א בריוו פון די און די פירמע פארלאנגענדיג קאפי'ס פון עקס-רעי'ס, אבער זיי קענען עס נישט שיקן ווייל ס'האט די ראנג "פאציענט נומבער", ד.ה. די פירמע האט געמאכט א טעות מיט א נאמבער. בייגעלייגט שיקן זיי מיר די בריוו וואס זיי האבן ערהאלטן פון די פירמע, און איך זעה אז די פירמע האט געחתמעט מיין נאמען אויף די בריוו!
ס'איז מיר כלל נישט אנגעגאנגען בשעת מעשה. האט ער געשריבן מיין חתימה, איז וואס?
נאר וואס דען? אחרי ככלות הכל בין איך נישט געווען צופרידן פון די ארבייט וואס זיי האבן געמאכט. ס'האט געקאסט מער ווי געפלאנט, און ס'איז נישט געווען אזוי גוט ווי זיי האבן אראפגעלייגט ס'גייט זיין.
ממילא וויל איך וויסן אויב זענען זיי באגאנגען א עוולה מיט דעם וואס זיי האבן אינטערגעשריבן מיין נאמען, און אויב איך קען נעמען א לעגאלע שריט אקעגן זיי.
דינסטאג פבואר 15, 2011 2:04 am
ס'ווענדט זיך וואס דיין אגרימענט מיט זיי איז געווען.
אין רוב פעלער אזוינע, שרייבט מען אונטער אז מען גיבט ארויס די גאנצע אויטאריטי צו שאפן נוטיגע דאקומענטן, נעגעטיווס, רעזאלטס וכו' צו די טירד-פארטי ריסירטשער.
דינסטאג פבואר 15, 2011 10:36 am
איך האב גארנישט גע'חתמ'ט, בלויז גערעדט אופן טעלפון.
איך געדענק נישט פונקטלעך אויף וואס איך האב זיי געגעבן רשות, אבער לכאורה טאקע אויף דאס וואס דו זאגסט.
עכ"ז, לויט ווי איך פארשטיי, גיב איך רשות פאר די פירמע מיר צו פאטרעטן איבעראל, און זיי קענען יעצט פארלאנגען בשמם וואס זיי ברויכן.
אבער אז זיי זאלן שרייבן א בריוו מיט מיין חתימה? איז דאס אויסגעהאלטן?
(איך האב געוואוסט אז שוועמל וועט ווארשיינעלך זיין דער וואס וועט מיר ענטפערן. דו ביסט דאך אלס דער ערשטער צו ענטפערן סיי וועמען, סיי ווען, אין סיי וועלכע אשכול. תמשיך)