בלאט 1 פון 1

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 31, 2011 11:01 pm
דורך יארצייטן
געוואלדיגע טעמע.

אבער דער גרויסע חשש פון אנשים כערכינו אנדעקט צו ווערן ברבים אלס מענטל קעיסעס, איז אזוי שטארק אזש אז אפילו אין די ווירטואלע וועלטל ווי דאס איז דער אינטערנעט מוז מען זיך פאררופן מיט א נייע ניק בלויז אויף אנצוהייבן שמועסן דערפון.

עס שטרייכט נאר אונטער דעם פארמאכטקייט וואס הערשט ארום די נושא.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 31, 2011 11:16 pm
דורך קארל
נתן דוב האט געשריבן:איך וויל אייך פרעגען רבותי
וויפיל פון אייך האבען משפחה מיט מענטל העלטה???
עס איז ליידער דא טוזענטער היימישע קעסעס ( בלי גוזמא כלל)

איך גלייב אז עס זענען פאראן פיל פיל מער פון "טויזנטער היימישע קעיסעס" מיט "מענטל העלטה"; איך וואלט געזאגט אז 99 פראצענט היימישע אידן האבן ב"ה "מענטל העלטה". כן יעזור ה' להלאה.
אבער די וועלכע געפינען זיך אין דעם איין פראצענט וואס האט נישט קיין "מענטל העלטה", און האבן נעבעך פסיכאלאגישע פראבלעמען - זיי דארף מען העלפן.

ווייסט איימצער דער חילוק צוושען א סקייטריס און טארעפיסט ??
און וואס איז דאס PHD

א "סייקייעטריסט" (פסיכיאטאר אין אידיש) איז א מעדיצינישער דאקטאר פאר פסיכאלאגישע פראבלעמען.
א "סייקאלאדזשיסט" (פסיכאלאג אין אידיש) איז א טעראפיסט וועלכער פארמאגט א דאקטאראט (PhD) צו העלפן מענטשן מיט פסיכאלאגישע פראבלעמען, און צומאל זיי אפילו שיקן צו א פסיכיאטאר פאר מעדיצינישער הילף.

ווייסט איימיצער מער וועגן " סקיצפערניע"

סקיצאפרעניע איז א גייסטישע מחלה וואס ווערט געווענליך מאניפעסטירט דורך דעם וואס דער מענטש האלוצינירט (דמיונ'ט) אז ער הערט פארשידענע קולות רעדן צו אים/איר (אמאל קענען זיי אויך "זען" זאכן וואס עקזיסטירן נישט). אזא איינער קען פארלירן קאנטאקט מיט דעם מציאות, און נישט וויסן צו פאנאנדערשיידן צווישן דמיון און רעאליטעט.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 31, 2011 11:28 pm
דורך קארל
נתן דוב האט געשריבן:ישר כח

ווען דארף מען גיין צו א טערעפיסט ? און ווען צום דאקטער ??

געווענליך וועט א דאקטאר רעקאמענדירן א טעראפיסט ווען ער זעט אז די סימפטאמען ווייזן אז עס פעלט אויס.
דעריבער, אויב עס איז קלאר פאראן א פסיכאלאגישע פראבלעם איז אפשר א שאד צו גיין צו א געווענליכן דאקטאר, און מען קען זיך גלייך ווענדן צו א פסיכאלאג. אויב מען האט צווייפלען, קען מען גיין צו א געהעריגן דאקטאר און דאס דורכשמועסן מיט אים.

אויב דו האסט מער פרטיות'דיגע פראגעס וואס דו ווילסט נישט אויסשמועסן ברבים, איז מיין אישית קעסטל אפן.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 12:10 am
דורך יארצייטן
די אינטערעסאנטע פראגע ארום דעם איז, איז מענטל דיסארדערס א נייע מחלה? אדער עכ"פ רעלאטיוו ניי?

אויב יא, וואס איז די סיבה אז אין די נייע מאדערנע וועלט וואס דאס לעבן איז (לכאורה) פיל פארגרינגערט געווארן פון אמאל, טרעפט זיך עפטער אז מען סנעפט?

פארוואס איז די ריבוי השגעון אזוי פארשפרייט?

איז דאס משוגעת מער שולט ביי אחינו בני ישרא'? אדער ביי די פעלקער ארום אונז האט זיך אויך דאס משוגעת פארמערט לעצטענס.

אדער צו איז בכלל פארמערט געווארן די דיסארדערס, אדער פשוטע מדות פראבלעמען, וואס אמאל האט מען גענומען א אורחות צדיקים דערצו, רופט מען היינט א קלינישע שיין קלונגעדיג נאמען, און דער מענטש שפירט זיך עטוואס בעסער, אז ער איז זייער גוט און פיין, עס איז בלויז אז ער "ליידט אויף א דיסארדער"

איז אנשטאט וואס אמאל האט דער מענטש, דער באטרעפנדער בעל מדות גרועות ומושחתות געמאכט אנדערע ליידן, איז ער היינט באצייכנט אלס א געליטענער, און פטוראנייסעק....

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 1:36 pm
דורך קארל
יארצייטן האט געשריבן:די אינטערעסאנטע פראגע ארום דעם איז, איז מענטל דיסארדערס א נייע מחלה? אדער עכ"פ רעלאטיוו ניי?
...פשוטע מדות פראבלעמען, וואס אמאל האט מען גענומען א אורחות צדיקים דערצו, רופט מען היינט א קלינישע שיין קלונגעדיג נאמען, און דער מענטש שפירט זיך עטוואס בעסער, אז ער איז זייער גוט און פיין, עס איז בלויז אז ער "ליידט אויף א דיסארדער"

גייסטישע פראבלעמען האבן אייביג עקזיסטירט, אבער פונקט ווי פיזישע מחלות קען מען היינט פיל בעסער אידענטיפיצירן און היילן, קען מען היינט פיל בעסער אידענטיפיצירן און היילן גייסטישע מחלות.
אמאל, אויב איינער האט אויפגעהערט אטעמען האט מען גערופן חברה קדישא; היינט מאכט מען סי-פּי-אר. אמאל האט מען פרובירט צו נוצן רעליגיע אפילו אין פעלער וואס דער מענטש האט מיט "אורחות צדיקים" נישט געקענט היילן א כעמישער אומבאלאנץ אין קאפ; היינט פארשטייט מען ב"ה יא ווען עס האנדלט זיך פון מידות מושחתות און ווען מ'דארף פסיכאלאגישער הילף.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 1:40 pm
דורך ווינקל
אין מנחת אלעזר איז דא ערגעץ א דרשה (דאכט זיך אין שער יששכר {כ'דענק אז כ'האב עס ערגעץ אמאל אנגעצייכנט} אדער אין דברי תורה), איבער דעם ענין פארוואס מען זעט היינט אז די מחלה הנקרא דיפרעסיע איז נתגבר רח"ל בימינו, עיי"ש.

די פשוטע אויבנאויף סיבה איזף אז היינט הערט מען יעדע צרה (ואין לך יום שאין...) וואס געשעט מסוף העולם עד סופו, וואז איז אמאל נישט געווען.

ירחם המרחם.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 3:41 pm
דורך ווינקל
באקומען אין אישי פון מעמבערס הרוצה בעילום ניקו. ותשחח"ל.
דברי תורה (מונקאטש)