בלאט 1 פון 1
עצה נישט צו גליטשן אויף די שניי
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 31, 2011 11:17 am
דורך leiby
ס'הייסט Non slip snow grabbers
http://www.google.com/search?sourceid=n ... 91e8a35d5fנישט קיין טייערע זאך, בדוק ומנוסה.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 10:24 am
דורך leiby
קוקט אויס מיין שמש ליינט דא, ער האט עס אנגעהויבן צו פארקויפן,
אויב שוין יא האב איך אים נאך אפאר הערות צו זאגן..
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 10:54 am
דורך קרעמער
די בעסטע עצה זיך נישט צו גליטשן אויף אייז, איז צו בלייבן אינדערהיים
ווען איך בין ארויס פון שטוב היינט פארטאגס האב איך געוואוסט אויף כמעט הונדערט פראצענט אז איך וועל מיך ערגעץ איבערקאצקן, און טאקע אויפן וועג אהיים, סמוך ונראה צו מיין בלאק האב איך געכאפט אזא גליטש אז איך האב געלאנדעט אויפן גלגולת, צו מזל בין איך ב"ה געבליבן מיט גאנצע גלידער
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 11:58 am
דורך קאצקע צוקער
איי איי ווי בין איך געווען???? פארפאסן אזא מחזה
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 1:53 pm
דורך יואל ווייס
יאפס, איך האב מיר דאס איינגעהאנדלט פאריאר זייענדיג אין קרית יואל, ביי שניצער'ס שיך סטאר, עס איז ווערד אלע געלטער. אנפאנג ווינטער, ווען מ'טוט אן די קוטשמע, לייג מיר דאס אריין אין מאנטל קעשענע, גרייט על כל אייז וגליטש שלא תבא. בדרך כלל קומט דאס צוניץ 2-3 מאל א ווינטער.
קרעמער, איך האף אז מענטשן האבן געלאכט, זאלסטו כאטש האבן אפגעקומען... בנפול אוהבך תשמח...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 03, 2011 11:16 am
דורך יקוםפרקן
קרעמער האט געשריבן:די בעסטע עצה זיך נישט צו גליטשן אויף אייז, איז צו בלייבן אינדערהיים
ווען איך בין ארויס פון שטוב היינט פארטאגס האב איך געוואוסט אויף כמעט הונדערט פראצענט אז איך וועל מיך ערגעץ איבערקאצקן, און טאקע אויפן וועג אהיים, סמוך ונראה צו מיין בלאק האב איך געכאפט אזא גליטש אז איך האב געלאנדעט אויפן גלגולת, צו מזל בין איך ב"ה געבליבן מיט גאנצע גלידער
ביי מיר דאס זעלבע ארויסגייענדיג פון בית המדרש און בומס א גליטש און זיך אויסגעשטרעקט אויפ'ן רוקן
און ברוך השם זיך אליין אויפגעשטעלט אויפגעהויבן דאס קאפל און היט, און אריין אין אוטא!
אבער וואס מזל ווען מזל אין מזל לישראל, ווי זאגט מען דער מלאך האלט אונטער דאס קינד ווען ער פאלט זיך נישט צוצעקלאפן, ואין אדם נוקף אצבעו מלמטה וכו'
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 03, 2011 11:34 am
דורך שוועמל
איך האב אזוינע ספעציעלע סטראפ מיט ספרינגס וואס מען ציהט ארויף אויף די שוך כדי צו קענען גיין אויף אייז.
די פירמע הייסט
http://www.yaktrax.com/Products
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 03, 2011 12:37 pm
דורך leiby
אויב ווילט איר נישט דאס זאל געשען צו אייער קאפי (אין צו אייך) דאן...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 03, 2011 6:56 pm
דורך באזעסענער
קרעמער האט געשריבן:די בעסטע עצה זיך נישט צו גליטשן אויף אייז, איז צו בלייבן אינדערהיים
ווען איך בין ארויס פון שטוב היינט פארטאגס האב איך געוואוסט אויף כמעט הונדערט פראצענט אז איך וועל מיך ערגעץ איבערקאצקן, און טאקע אויפן וועג אהיים, סמוך ונראה צו מיין בלאק האב איך געכאפט אזא גליטש אז איך האב געלאנדעט אויפן גלגולת, צו מזל בין איך ב"ה געבליבן מיט גאנצע גלידער
כ'האב פרובירט אייער עצה, צו בלייבן אינדערהיים!
כ'קען אייך זאגן שוין באלד בעסער צו גליטשן.