בלאט 1 פון 1

נגנב לי סעלפאוני-מיין סעלפאון

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 16, 2011 8:19 pm
דורך יארצייטן
איינער האט בשאט נפש גע'גנב'עט מיין סעל פאון, קודם האט ער עס פארלאשן אז איך זאל זיך מייאש זיין.

איצט נאך א דריי טאג פרוביר איך נאכאמאל צו רופן, און והנה די פאון קלינגט אויף די אנדערע זייט שיין און קלונגענדיג. ער הייבט אבער נישט אויף.

איך שיק אים טעקסט אן אויפהער אז ער זאל מוחל זיין און מיר צוריקברענגען מיין חפץ, און איך וועל אים צאלן דערפאר א צוויי הונדערט טאלער, אבער ער ענפערט נישט.

איך גיי צו גוגל טרענסלעיט, איך טייטש מיר איבער מיינע תחנונוים אויף ספאניש, און אויף עטיאפאניש, און אולי ירחם, און בלא, ער אנטוורטירט נישט צוריק.

אלזא, מיין שאלה, איז דא א וועג דורך די פאון סערוויס פראוויידער געוואיר צו ווערן ווי די פאון געפינט זיך???!

אדער איז דא עפעס א מין וועג איך זאל דורך חכמה אים ארייננארן אויפצוהייבן?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 16, 2011 8:24 pm
דורך תרנגול
שיק עהם א טעקסט " דו ווייסט וועלכע סדרה ס'גייט די וואך?" די וואך שטיייט "לא תגנוב!!"

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 16, 2011 8:26 pm
דורך יארצייטן
Necesito mi teléfono muy importante, te voy a pagar 200 dólares por él, por favor llame al

דאס האב איך אים געשיקט דעם סדום'ני'ק

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 16, 2011 8:28 pm
דורך יארצייטן
Esta porción de semana de la Biblia que dice que no robarás

דאס וועט ענדערש ארבעטן, זאגסטו?

דאס אויב איז ער א רוימענישער גנב;în această porţiune săptămâni de Biblie se spune ca nu furi

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 16, 2011 9:26 pm
דורך שוועמל
האק אפ דיין פאון דו שיגענער.

קויף א נייע און געגאנגען ווייטער, שטעל דיך נישט אפ

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 17, 2011 1:06 pm
דורך פאטאקי08
שוועמעל יביידע דארפן די פאון נישט די ליין

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 17, 2011 2:30 pm
דורך מיליאנער
די קאמפאני קען וויסן ווי די פאון געפינט זיך (כאטש בערך), עטליסט אויב דו האסט געהאט LOCATION ON זיכער